בס"ד - סאטמארע נייעסEnglish
סאטמארע נייעס סאטמארע נייעס

דאנערשטאגכ"ט שבט תשפ"ד2/8/2024

באריכט
דאנערשטאג 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

ארום 8:10 איז רבינו שליט"א אריינגעקומען אין ביהמ''ד צו תפילת שחרית, דער רבי האט געצינדן 5 ליכט און צוגעגאנגען צום עמוד לרגל די יומדהל''ק.
פתיחה: הרה"ח ר' אהרן הערש בערקאוויטש הי"ו, בעל קורא: ר' ליפא בר"וו לאנדא הי"ו (מאנסי).
עליות. כהן: הרה"ח ר' יושע הערש הכהן גליק הי"ו. לוי: הרה"ח ר' שמחה ישראל אפפעל הי"ו. שלישי: רבינו שליט"א. הגבה: הרה"ח ר' רפאל פערלמוטער הי"ו מראה''ק מאנסי. גלילה: הב' אברהם ב"ר יושע הערש גליק הי"ו.

נאכן דאווענען איז פארגעקומען א מסיבת לחיים לרגל די יומדהל''ק דער רבי האט געטרינקן לחיים און דערציילט עובדות וסיפורים א לענגערע צייט.

נאכמיטאג ארום 3:15 איז רבינו שליט"א אריינגעקומען אין ביהמ''ד צו תפילת מנחה, דער רבי האט געצינדן 5 ליכט און צוגעגאנגען צום עמוד.

נאך מנחה האבן זיך אנשי שלומינו געזעגנט פון רבינו שליט"א, און דער רבי האט זיך ווארעם באדאנקט פארן ארטיגע רב הרב שלמה אהרן דענעביים שליט"א וועלכע האט אוועקגעגעבן דאס ביהמ''ד ומקוה פארן רבי'ן ולטובת אנשי שלומינו הבאים להסתופף בצל הקודש, און געשטאנען צו די הילף במשך די פארגאנגענע וואכן מיט אלע הצטרכות'ער.
אויך האט זיך רבינו שליט''א באגריסט מיט הגה"צ אב"ד היבנוב שליט"א וועלכע איז דאן אנגעקומען, און עס האט זיך פארמירט א שיינע שמועס.
דערנאך איז רבינו שליט''א אריבערגעפארן צום פאלם ספרינגס אינטערנעשענעל עירפארט ווי ארום 4:30 האט זיך די פריוואטע פליגער געהויבן אויפן וועג אהיים קיין ניו יארק.

אויפן פליגער האט רבינו שליט''א עוסק געווען בתורה א לענגערע צייט און די סוגיא פון דבר שיש לו מתירין וואס מ'וועט לערנען אין די ישיבה לכבוד יו"ט פסח הבעל"ט, און דערנאך האט דכר רבי געשריבן חיד''ת א לענגערע צייט.

ארום 11:50 האט די פליגער געלאנדעט אינעם טוטער-בארא עירפארט, דער רבי האט תיכף געדאווענט מעריב אין עירפארט כחצות הלילה, און נאך מעריב האט רבינו שליט''א זיך באדאנקט פאר די מנין וואס איז געקומען אפווארטן, און דער ציבור איז אריבער שלום נעמען, דערנאך האט זיך דער רבי ארויסגעלאזט אויפן וועג אהיים לביתו נאוה קודש אין קר"י.

בזמן שהצדיק בעיר הוא הודה הוא זיוה והוא הדרה

▫ סאטמאר'ע נייעס 🌴
👁 655