בס"ד - סאטמארע נייעסEnglish
סאטמארע נייעס סאטמארע נייעס

זונטאגב' אדר א' תשפ"ד2/11/2024

באריכט
שב''ק פרשת משפטים ר''ח אדר א' 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

פרייטאג צונאכטס ארום 5:55 איז רבינו שליט''א אריינגעקומען אין ביהמ''ד הגדול מעוטף בטליתו און צוגעגאנגען צו מנחה.
נאך מנחה האט אויפגעטרעטן הר''ר הערשל קאהן שליט''א לטובת דעם מעמד הגדול 'קהלא קדישא' היינט זונטאג אין ביהמ''ד הגדול אין קרית יואל.
קבלת שבת: הרה''ח ר' חיים העללער הי''ו, נאכן דאווענען איז פארגעקומען א אפיעל פאר א תלמוד תורה אין קרית ספר בארה''ק עטה''ק, דער ציבור איז אריבער זאגן גוט שבת, און דער רבי איז אהיים לביתו נאוה קודש.

ארום 8:40 איז רבינו שליט''א אריינגעקומען צום שלחה''ט בהיכל השלחנות אינאיינעם מיט די תלמידי המתיבתא, און אנגעהויבן כדרכו בקודש שלום עליכם ברגש ובנעימה.
אשת חיל: נכד רבינו הב' החתן ישראל דושינסקיא בן הגה''צ רב דביהמ''ד אהל פיגא שליט''א.

מיט די זמירות האט רבינו שליט''א מכבד געווען. כל מקדש: הרה''ג ר' יעקב יודא שטערן שליט''א (ירושלים), מנוחה ושמחה: הרה''ג ר' אברהם קייזער שליט''א (ביתר).

רבינו שליט''א האט געזאגט תורה אויפן פסוק 'וכי יזיד איש על רעהו להרגו בערמה' און געטייטשט בדרך דרוש בענין אז תשובה ניצט נאר ביי א איד און נישט ביי א גוי.

קה אכסוף: הרב יושע גאנץ הי''ו (מאנסי), ברכהמ''ז: נכד רבינו הרב ליפא ט''ב בן הגה''צ רב דביהמ''ד ברך משה שליט''א.

עובדות וסיפורים די וואך האט רבינו שליט''א דערציילט פון זקינו מרנא ורבנא הגה''ק הקדושת יו"ט זיע''א, וואס די יארצייט איז געווען דאנערשטאג כ"ט שבט.

קה רבון עלם: הרה''ג ר' יואל הערש פישער שליט"א (וומסב''ג), רבינו שליט''א האט דערמאנט אז עס איז די יארצייט פון הגה''ק בעל אבן עזרא זיע''א און מכבד געווען הרה''ג ר' וואלף ווייס שליט''א (ב''פ) מיט'ן זמר צמאה נפשי לאלוקים וואס דער אבן עזרא האט מחבר געווען,
די פרישע חתנים זענען אריבער נעמען פירות, און עס איז פארגעקומען א שלום זכור ביי ב''ר אלי' גאטליב הי''ו, אז ביום השביעי: הרה"ח ר' אהרן יוסף ווייס הי"ו (ב''פ). מען האט געענדיגט ארום 11:55.

וביום השבת קודש

שב''ק אינדערפרי איז רבינו שליט''א אריינגעקומען אין ביהמ''ד ארום 9:20. פסוקי דזמרה: הרה"ג ר' ישראל שלמה ליכטענשטיין הי"ו מו''ץ בקהלתינו ב''פ, צו שחרית והלל איז רבינו שליט''א צוגעגאנגען.

הוצאה והכנסה: הרה''ח ר' יוסף ווייס הי''ו און הרה''ח ר' אלי' ניישטאדט הי''ו, פסוקי שמע ישראל: הרה''ג ר' בעריש ראזענבערג שליט''א (וומסב''ג).

עליות. כהן: הרה"ח ר' ישראל הכהן לאנדא הי"ו (וומסב''ג). לוי: הרה"ח ר' ישראל אשר לעווי הי"ו. שלישי: החתן ב''ר קלמן יעקב ווייס הי''ו - באווארפן. רביעי: הר''ר אלימלך עקשטיין שליט''א - דער רבי האט קורא שם געווען לבתו הנולד למז''ט. חמישי: ר' מאיר לייב ראזענבערג הי''ו - דער רבי האט קורא שם געווען לבתו הנולד למז''ט. שישי: רבינו שליט''א. שביעי: ר' יעקב אליעזר פארגעס הי''ו - דער רבי האט קורא שם געווען לבתו הנולד למז''ט. אחרון: הרה''ח ר' אהרן בינער הי"ו (וומסב''ג). הגבה אויפן ערשטן ספר: הרב יושע גאנץ שליט''א. גלילה: הרה''ח ר' קלמן יעקב ווייס הי''ו.
מפטיר וקריאת ר''ח: ר' יואל בר''מ הירש הי''ו (וומסב''ג). הגבה אויפן צווייטן ספר: הרה"ח ר' אליקים האבערמאן הי"ו (ב''פ). גלילה: הרה''ח ר' מנחם יודא אונגאר הי''ו.

רבינו שליט''א איז צוגעגאנגען צו תפילת מוסף לכבוד שבת ראש חודש, פתיחה לאנעים זמירות: הרה"ח ר' יואל שטיינבערג הי"ו. מען האט געענדיגט ארום 12:55.

ביים מיטאג טיש בביתו נאוה קודש האט מען אריינגעברענגט אן עקסטערע קיגל לכבוד שבת ר''ח, און דער רבי האט מכבד געווען צו זינגען ברכו נפשי.

רעוא דרעווין

צו מנחה ושל''ש איז דער רבי אריינגעקומען אין ביהמ''ד ארום 5:50. מנחה: ר' אהרן גאלד הי"ו. הוצאה והכנסה: הרה"ח ר' אברהם קלמן אליעזר מאסרי הי"ו. כהן: הרה"ג ר' יואל ברמ''י מאשקאוויטש הי''ו. לוי: הרה"ח ר' צבי אליעזר מארמארשטיין הי"ו (לאנדאן). שלישי: הרה"ג ר' אהרן קויפמאן שליט''א (מאנטרעאל). הגבה: רבינו שליט''א. גלילה: הרה''ח ר' יעקב טעללער הי"ו (וומסב''ג).

זמירות ביי של''ש האט דער רבי מכבד געווען. אודה: הרה"ח ר' נח גפן הי"ו, שיר המעלות: הרה"ח ר' צבי אליעזר מארמארשטיין הי"ו.

רבינו שליט''א האט געזאגט תורה אויפן פסוק 'ואלה המשפטים אשר תשים לפניהם' און געטייטשט אז שתשים הסנהדרין אצל המזבח ווייל דער מזבח האט משפיע געווען יראת שמים, אבער אין גלות איז נישטא קיין מזבח נאר מיט די כח פון יעקב אבינו וואס איז משפיע יראה עליונה אזוי קען מען נהפך ווערן לאיש אחר דורך תשובה, אבער אז מען געט זיך נאך תאוות פארלירט מען דעם קשר מיט יעקב אבינו דארף מען אין די לעצטע מינוטען פון שובבי''ם זיך אפשיידן פון די איבעריגע תאוות, אזוי וועט מען האבן מיט וואס ארויסצוגיין פון די ימי השובבי''ם.
ידיד נפש: הרה"ג ר' ישראל שלמה ליכטנשטיין שליט''א, קל מסתתר: הרה"ג ר' יחזקאל היילברוין שליט''א, שושנת יעקב: הרה"ג ר' אהרן קויפמאן שליט''א. דער רבי האט געבענטשט אויפ'ן כוס.

מעריב מוצש''ק: הרה''ח ר' משה יצחק איצקאוויטש הי''ו, נאך הבדלה איז מען אריבער זאגן א גוטע וואך.

אויפן וועג ארויס איז רבינו שליט''א אראפגעגאנגען אין היכל התורה ווי די עלטערן לערנען מיט די קינדער במסגרת ושננתם לבניך, דער רבי איז ארום געגאנגן צווישן די טישן אינעם גאנצן היכל און זיך אומגעקוקט ברוב קורת רוח א לענגערע צייט. מען האט געענדיגט ארום 8:25.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
👁 754