בס"ד - סאטמארע נייעסEnglish
סאטמארע נייעס סאטמארע נייעס

דינסטאגכ"ח טבת תשפ"א1/12/2021

באריכט
א גאר הערליכע מסיבת ברוכים הבאים איז פארגעקומען דעם פארגאנגענעם דאנערשטאג נאכט פרשת שמות, צוגעשטעלט פאר די קרוב צו 50 נייע פרישע איינוואוינער וואס האבן זיך ארויסגעצויגן אין די לעצטע שטיק צייט צום עיר הצדק קרית מלך רב "קרית יואל".
די מסיבה איז פארגעקומען אינעם אינטערשטן שטאק פונעם בנין מבצר הכוללים דקהלתינו הק', ווי עס האט זיי אפגעווארט די איבערגעבענע גבאים פון קביעת עתים דקהלתינו הק' פון יעדע געגענט באזונדער ובראשם הר"ר יואל וויינבערגער שליט"א דער מנהל המפעל. עס איז געווען צוגעשטעלט טעימה קלה פארן גאנצן ציבור המשתתפים,
נאך א שטיק צייט פארברענגען אינאיינעם מיט די גבאים, האט אויפגעטרעטן הר"ר יואל שליט"א, ווי ער האט ארויסגעברענגט פארשידענע טיפס ווי אזוי זיך צו קענען גרינג איינגלידערן דא אין שטאט, ווי אויך האט ער ארויסגעברענגט די סערוויסעס וואס די קהילה דא אין קרית יואל שטעלט צו, בפרט איבער די נושא פון צושטעלן חברותות פאר יעדן אין סיי וועלכע מקום אדער לימוד מען באגערט. דער ציבור איז זיך צוגאנגען, פול מיט חיזוק אנצוגיין ווייטער מיט די שיעורי תורה און די טעגליכע ארבעט.
ופרצתה ימה וקדמה
👁 175