בס"ד - סאטמארע נייעסEnglish
סאטמארע נייעס סאטמארע נייעס

דינסטאגי"ח אדר א' תשפ"ד2/27/2024

באריכט
מאנטאג פרשת כי תשא 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א - שמחת החתונה בחצרות קדשנו החתן הרב יואל טייטלבוים שליט''א בן הגה''צ אב''ד סיגוט שליט''א חתן הגה"צ אבד"ק בית אהרן שליט"א, עב''ג הכלה בת הגה"צ ר' שלום האלבערשטאם שליט"א (ב"פ), בן הגה"צ ר' בערל האלבערשטאם זצ"ל מבארדיוב - דאמבראוו, וחתן כ"ק אדמו"ר מנאסויד שליט"א

אינדערפרי איידער תפילת שחרית איז פארגעקומען די ברית'ן.
לבן הנולד אצל ר' פנחס מרדכי קליין הי"ו, ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.
לבן הנולד אצל ר' ארי' בוכינגער הי"ו, ווי דער רבי איז געווען סנדק.
לבן הנולד אצל ר' אברהם בנימין שפיטצער הי"ו, ווי דער רבי איז געווען סנדק.

רבינו שליט''א האט געדאווענט שחרית בהיכל המתיבתא סניף דברי יואל. פארן דאווענען האט דער רבי תפילין געלייגט פארן בר מצוה בחור ב"ר חיים שלמה קרויס הי"ו.

נאכן דאווענען האט דער רבי פארגעלערנט דעם טעגליכן תהילים שיעור אויף קאפיטל י"ט פסוק י'. דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחור בחדרו הפרטי, אויך האט דער רבי פארטיילט מטבעות קודש פאר די בחורים וועלכע האבן געלערענט שעות רציפות במשך די ימי השובבים העעל"ט.

ארום 2:30 האט רבינו שליט''א פארלאזט ביתו נאוה קודש אין קר"י אויפן וועג קיין וומסב''ג צום חתונה הגדולה בחצרות קדשנו.

ארום 5:20 איז רבינו שליט"א אריינגעקומען אין היכל מאיר זעליג אין ביהמ"ד הגדול צו תפילת מנחה, נאך מנחה איז די גאנצער ציבור זקנים עם נערים אריבער להתברך ביי רבינו שליט"א ביום החופה.

רבינו שליט"א איז אריינגעקומען צום קבלת פנים בהיכל הביהמ"ד ארום 5:45, במשך די קבלת פנים האט מען געזינגען ווארימע ניגוני התעוררות, און בדחנא דמלכא הרה''ח ר' מרדכי דוד עסטרייכער הי"ו האט אויפגעטרעטן מיט דברי כיבושין און אויסגערעכנט די גרויסע יחוס פון די חתן כלה.
דער רבי האט געטרינקן לחיים און אנגעוואונטשן פארן חתן, מחותנים, זיידעס, און פארן גאנצן ציבור, און דערנאך משמיע געווען ווארעמע דברות קודש לעורר זכות אבות און ארויסגעברענגט די פחד וואס כאפט אן ווען מען הערט די נעמען פון די גרויסע זיידעס וואס קומען אראפ צו די שמחה, און מסיים געווען בברכות לרוב.

דערנאך איז מען אריבער צום באדעקן אין די זאלן פון קראסנא, ווי מען האט מסדר געווען די כתובה.
ביים חופה האט רבינו שליט''א מכבד געוועהן מיט סידור קידושין דער זיידע הגה"צ אבד''ק בית אהרן שליט"א, קריאת הכתיבה: הגה"צ אב"ד ראדאמישלא שליט"א א עלטער פעטער פון די כלה, ברכות ראשונות: דער זיידע פון די כלה כ''ק אדמו"ר מנאסויד שליט"א, ברכה אחריתא: הגה"צ רב דקהלתינו ב''פ 15 שליט"א א עלטער פעטער פון חתן און כלה.
עדי קידושין: הרה"ג ר' יושע געלב שליט"א מו"ץ, און הר"ר יוסף פאלאטשעק שליט"א.
נאך די חופה האט רבינו שליט"א געוואונטשן ברכות הקודש פארן גאנצן ציבור, און זיך ארויסגעלאזט אין א מחול לצדיקים מיט די זיידעס און רבנים שליט''א.

עטליכע מינוט נאך די חופה ארום 7:30 האט דער רבי געדאווענט מעריב אין היכל מאיר זעליג אין ביהמ"ד הגדול. נאך מעריב האט זיך דער רבי באגריסט מיט כ"ק אדמו"ר מטאהש שליט"א וועלכע איז געקומען וואונטשן מזל טוב לכבוד די חתונה, דער רבי האט זיך ווארעם באגריסט און מאציל געווען מברכת קדשו און ארויסבאגלייט ביז צו די גאס.

תיכף דערנאך אום 7:50 איז רבינו שליט''א ערשינען בהיכל הביהמ''ד צו די סעודת החתונה דער רבי האט געטאנצען עטליכע מינוט אויפן פלאץ און דערנאך זיך געוואשן צו די סעודה, נאך די פיש האט דער רבי געוואונטשן לחיים לכל העם הנאספים.
ארום 9:00 איז דער חתן אריינגעקומען, דער רבי האט געטאנצען מיטן חתן און דערנאך מכבד געווען די זיידעס און די מחותנים צו טאנצען מיטן חתן, דערנאך איז דער ציבור אריבער וואונטשן מזל טוב פאר רבינו שליט"א, דער רבי האט פארלאזט דאס ביהמ"ד אום 9:15.

רבינו שליט''א איז אריבער אין שטוב פון הרה"ח ר' יצחק יודא מאשקאוויטש הי"ו ווי עס איז פארגעקומען א חתימת שטרות אויף די זכות פון א חדר תפילה אין ביהמ"ד החדש 'לב אהרן', די זעקסטע בית המדרש שע"י קהלתינו הק' אין וומסב"ג. עס איז אויך אנוועזנד געווען הגה"צ אבד''ק וומסב''ג שליט"א און הרה"ג ר' חיים אהרן אונגאר שליט"א דומ"ץ הביהמ"ד.
עס האט זיך פארמירט א שיינע שמועס איבער די הרחבת גבולי הקדושה פון קהלתינו ומוסדותינו הק' אין וומסב''ג, ובפרט פונעם נייעם 'ביהמ"ד לב אהרן' וועלכע איז ערווארטעט צו ווערן באנייט אויפן קומענדיגן יו"ט פסח הבעל"ט, דער רבי האט אונטערגעשריבן די שטרות אינאיינעם מיט'ן נדבן געטרינקן לחיים און מאציל געווען מברכות קדשו. דערנאך איז דער רבי אהיים לביתו נאוה קודש.
ארום 11:20 איז רבינו שליט''א אריינגעקומען צו ברהמ''ז ומצוה טאנץ, מיט ברכת המזון האט דער רבי מכבד געווען הגה"צ אבד"ק וומסב''ג שליט"א, ברכות ראשונות: הרה''ג רבי יעקב אלימלך האלבערשטאם שליט"א רב דביהמ''ד טיב לבב ב"פ, ברכה אחריתא: הר"ר יושע העשיל האלבערשטאם שליט"א (לאנדאן).

בדחנא דמלכא הרה"ח ר' מרדכי דוד עסטרייכער הי"ו האט אויסגערופן רבינו שליט"א צו די ריקודין לפני הכלה מיט ווארעמע חרוזים און מעורר געווען זכות אבות, מען האט ממשיך געווען מיט ניגוני התעורורות, און דער רבי האט געטרינקן לחיים און אנגעוואונטשן פארן חתן, מחותנים, זיידעס, און פארן ריזן ציבור הנאספים.

דערנאך האט רבינו שליט''א אפגעראכטן די ריקודי קודש לפני הכלה בהתלהבות אש א לענגערע צייט, און דערנאך געטאנצען מיטן חתן, מיט הגה"צ אב''ד סיגוט שליט"א ובני משפחתו, און דערנאך ממשיך געווען מיט די גאנצע משפחת המלוכה נכדי רביה"ק בעל ברך משה זיע''א א לענגערע צייט.

דערנאך האט מען אויסגערופן צום מצוה טאנץ די זיידעס האדמו"ר מנאסויד שליט"א, הגה"צ אבד''ק בית אהרן שליט"א, אבי החתן און אבי הכלה שליט"א, דערביי האט זיך דער רבי ארויסגעלאזט אין א טאנץ מיט יעדע פון די זיידעס און מחותנים באזונדער.

דערנאך האט דער בדחן געזאגט דברי בדחנות און אויסגערופן דעם חתן, מען האט געטאנצען אשת חיל, אויפן וועג ארויס האט דער רבי אנגעוואונטשן פאר חתן כלה. דער רבי האט פארלאזט דאס ביהמ"ד אום 2:20.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️