בס"ד - סאטמארע נייעסEnglish
סאטמארע נייעס סאטמארע נייעס

דאנערשטאגכ' אדר א' תשפ"ד2/29/2024

באריכט
דאנערשטאג פרשת כי תשא 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

רבינו שליט''א האט געדאווענט שחרית בהיכל המתיבתא סניף ברך משה. פארן דאווענען האט דער רבי תפילין געלייגט פאר די בר מצוה בחורים.
ב"ר ישעי' יצחק הכהן רובין הי"ו.
ב"ר מרדכי ווידער הי"ו.
ב"ר יואל איידליס הי"ו.
ב"ר אברהם יושע שווארץ הי"ו.
דער רבי האט געצינדן 5 ליכט לרגל די יארצייט פון חותנו האדמו''ר בעל ישועות משה מוויזניץ ז"ל.
ביים ליינען איז דער רבי געגאנגען הגבה, און נאכן דאווענען פארגעלערנט דעם טעגליכן תהילים שיעור אויף קאפיטל י"ט פסוק ח'. דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בחדרו הפרטי.

אין די פארמיטאג שעה'ן האט דער רבי מנחם אבל געווען משפחת הרה"ח ר' וואלף ווירצבערגער ע"ה.

נאכמיטאג ארום 4:30 האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט, פארן דאווענען האט דער רבי געצינדן 5 ליכט לרגל די יארצייט פון חותנו ז''ל.

נאך מנחה איז פארגעקומען די שמחת השבע ברכות בחצרות קדשינו אין די זאלן שע"י בית נאוה קודש צוגעשטעלט דורך רבינו שליט"א פאר די בני המשפחה משולב מיט א יארצייט סעודה פארן חותן המלך האדמו"ר בעל ישועות משה מוויזניץ ז"ל, מען האט געענדיגט ארום 6:30.

פארנאכטס האט רבינו שליט''א מסדר קידושין געווען ביי די חופה פון די פאלגענדע מחותנים.
ר' הערשל בר"י פיש הי"ו (ב''פ) - ר' הערשל ברש"ח פיש הי"ו, באולם כינור דוד.
ר' מרדכי ווידער הי"ו (קרית טאהש) - ר' משה הערש בראך הי"ו, באולם בית רחל פאראדייס.
ר' ראובן ווייס הי"ו (מאנסי) - ר' משה דוד וויינגארטן הי"ו, באולם גינת קליין.

זמני כניסה בקו''פ איז געווען פון ארום 8:15 ביז 11:30 אויפדערנאכט, בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.

דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 10:20, פארן דאווענען האט דער רבי געצינדן 5 ליכט לרגל די הילולא קדישא פון הרה"ק הרבי ר' אלימלך מליזענסק זיע''א, און נאך מעריב ווייטער ממשיך געווען אויפנעמען דעם ציבור.

נאך די זמני כניסה האט זיך רבינו שליט''א באטייליגט ביי די שמחת השבע ברכות פון א אייניקל ביי כ"ק אדמו"ר מבית יצחק ספינקא שליט"א אין שטוב פון הרה"ח ר' יואל זאבעל הי"ו, עס האט זיך פארמירט א שיינע שמועס, דער רבי האט געטרינקן לחיים און אנגעוואונטשן פארן חתן, פאר האדמו"ר מספינקא שליט"א, און פאר די מחותנים, און דערנאך זיך ארויסגעלאזט אין א טאנץ מיטן חתן, מחותנים, און מיט האדמו"ר מספינקא שליט"א.

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️