בס"ד - סאטמארע נייעסEnglish
סאטמארע נייעס סאטמארע נייעס

מאנטאגכ"ד אדר א' תשפ"ד3/4/2024

באריכט
מאנטאג פרשת ויקהל 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

אינדערפרי איידער תפילת שחרית איז פארגעקומען א ברית לבן הנולד אצל ר' אברהם יעקב מאשקאוויטש הי"ו, ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.

רבינו שליט''א האט געדאווענט שחרית בהיכל המתיבתא סניף דברי יואל. פארן דאווענען האט דער רבי תפילין געלייגט פאר די בר מצוה בחורים.
ב"ר יואל ברד"ש בערגער הי"ו.
ב"ר נחום שווארטץ הי"ו.
ביים ליינען איז דער רבי געגאנגען הגבה, און נאכן דאווענען פארגעלערנט דעם טעגליכן תהילים שיעור אויף קאפיטל י"ט פסוק י"ב, דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בחדרו הפרטי.

תיכף נאך שחרית אין ישיבה ארום 12:30 האט זיך רבינו שליט''א ארויסגעלאזט אויפן וועג צו די לויה פון מחותנו כ''ק הגה"צ גאב"ד סיגעיט זצ"ל וואס איז פארגעקומען בבית מדרשו קהל יראים אין סיגעיט.
דער רבי איז אנגעקומען ארום 1:50 און משמיע געווען ווארימע דברי הספד ארויסברענגענדיג בשבחו פונעם חשוב'ן נפטר אן ענף עץ אבות פונעם זיידן דער הייליגער ייטב לב זיע"א, נאכן רבי'נס הספד האט מספיד געווען חדב''ן הגה''צ רב דביהמ''ד ישמח משה שליט''א זוהן פונעם נפטר זצ''ל וועלכע האט זיך ביים סוף באדאנקט פאר רבינו שליט''א פארן אויפפאדערן די חברה קדישא אז מען זאל צושטעלן דאס בעסטע וואס מעגליך לויטן רצון פון זיין טאטן דער נפטר זצ''ל.

נאך די הספדים האט דער רבי מלוה געווען די מטה, און דערנאך איז דער רבי אריבער מנחם אבל זיין גיסו הגה"צ אבד''ק מאנטרעאל שליט"א בבית האכסניא, און דערנאך זיך ארויסגעלאזט אויפן וועג אהיים אין קר"י.

ביים אנקומען אין קר"י ארום 5:20 איז דער רבי אריבער אין די זאלן פון בית רחל פאראדייס ווי עס זענען געווען פארזאמעלט די היי סקול תלמידות פון מוסדותינו הק' אין וומסב''ג, דער רבי האט צום ערשט איבערגעקוקט די קבלות טובות פון די תלמידות בעניני צניעות און טעכנעלאגיע, און דערנאך משמיע געווען דב''ק והדרכה איבער די אחריות וואס עס ליגט אויף זיי, זייענדיג בעז"ה די מאמעס פון די קומענדיגע דורות און ארויסגעברענגט לשבח פון די תלמידות וואס האבן זיך מקבל געווען קבלות טובות, און מסיים געווען בברכת קדשו.

נאכמיטאג ארום 6:15 האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש.

זמני כניסה בקו''פ איז געווען פון ארום 8:20 ביז 12:00 אויפדערנאכט, בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.

רבינו שליט''א האט געליינט תנאים אין די תנאים זאל בביתו נאוה קודש פון די מחותנים הר''ר ברוך עקשטיין הי"ו - ר' יואל בר"מ גראס הי"ו.

בעת די זמני כניסה איז געווען אויף א באזוך בקו''פ הגה"צ רבי יושע לייפער שליט"א אב"ד באר משה מאנסי ונשיא מכון עוז והדר, עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס און דער רבי האט אים מאציל געווען מברכת קדשו.

דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 12:00.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️