מאנטאג פרשת פקודי - ב' דר"ח אדר ב' 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א
אינדערפרי איידער תפילת שחרית איז פארגעקומען א ברית לבן הנולד אצל ר' יואל ברי"מ פערל הי"ו, ווי דער רבי איז געווען סנדק.
רבינו שליט''א האט געדאווענט שחרית בהיכל המתיבתא סניף דברי יואל. פארן דאווענען האט דער רבי תפילין געלייגט פאר די בר מצוה בחורים:
ב"ר יקותיאל יצחק כהנא הי"ו.
ב"ר משה דוד פריעדמאן הי"ו.
דער רבי איז צוגעגאנגען צום צו הלל, און ביים ליינען עולה געווען רביעי, נאכן דאווענען איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בחדרו הפרטי.
נאכמיטאג ארום 6:45 האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש אויף צאנז קט.
פארנאכטס האט רבינו שליט''א מסדר קידושין געווען ביי די חופה פון די פאלגענדע מחותנים.
ר' יצחק דוד שווארטץ הי"ו - ר' אברהם שלמה אליעזר בערקאוויטש הי"ו, באולם כינור דוד.
ר' מאיר מענדל ווייס הי"ו - ר' משה הערש בראך הי"ו, באולם בית רחל פאראדייס.
ר' אברהם שמואל גוטמאן הי"ו - ר' בערל מיטטעלמאן הי"ו, באולם גינת קליין.
נאך די חופות ארום 8:00 איז רבינו שליט''א אריבער אין די זאלן פון קרן ויואל משה צום מעמד כבוד התורה וחלוקת המעות פאר הונדערטער לומדי כוללינו פון איבער גרעיטער ניו יארק און קאנאדא וועלכע האבן זיך פארהערט אויף פארשידענע מקצועות התורה נדבת הרבני הנגיד ר' משה יעקב יוסף בראך הי"ו, מען האט געזינגען עטליכע ניגונים, דער רבי האט געטרינקן לחיים און אנגעוואונטשן פארן חשוב'ן נדבן און פאר די רבני ולומדי הכולל, און משמיע געווען דב"ק אז דורכן שטיצן תורה קומט ארויף רחמים, און ארויסגעברענגט בשבח פונעם חשוב'ן נדבן וועלכע איז מנדב אזעלכע חשוב'ע סכומים פאר די לומדים, און מסיים געווען מיט ברכות לרוב פאר די רבני ולומדי הכולל פארן נדבן און עקסטער פאר הגאון הגדול הדומ"ץ שליט"א וועלכע האט זיך אנגעשטרענגט און געקומען צום מעמד לכבוד התורה, דערנאך האט דער רבי פארטיילט די גרויסע סכומים פאר אלע רבני ולומדי הכולל, מען האט ממשיך געווען מיט ניגוני שמחה און דער רבי האט זיך אויפגעשטעלט טאנצן, מען האט געענדיגט ארום 8:40.
רבינו שליט''א האט געדאווענט מעריב ארום 8:45 בביתו נאוה קודש, אויף איהעל קט.
נאך מעריב ארום 9:00 איז רבינו שליט''א אריינגעקומען אין די זאלן בביתו נאוה קודש צו די פריוואטע שבע ברכות צוגעשטעלט דורך רבינו שליט"א ווי דער רבי האט געלאדענט אלס הכרת הטוב די נגידים וואס האבן בייגעשטייערט די פאנטאסטישע סכומים פאר'ן בנין הגדול והמפואר תל תלפיות בעיה''ק ירושלים.
דער רבי האט באגריסט די חשובע געסט הנגידים החשובים, און זיך געוואשן צו די סעודת שבע ברכות. במשך די סעודה איז פארטיילט געווארן א קובץ כתבי ידות עתיק יומין, היסטארישע כתבי ידות פון גדולי ישראל נבג"מ מאוצרו פון הרבני הנגיד ר' אברהם יודא מאנדל הי"ו און הרבני הנגיד ר' אברהם בראך הי"ו.
הרה"ג ר' שלמה שבתי קעסטענבוים שליט"א מרבני קהלתינו הק' בוומסב''ג האט פארגעליינט און אויסגעשמועסט די היסטאריע ארום די כתבי ידות, און דערביי האט רבינו שליט"א מגיב געווען איבער די אלע היסטארישע מאורעות און פארשידענע פרשיות וועלכע ווערן אראפגעברענגט אין די כתבי ידות און מוסיף געווען מיט פארשידענע אינטערסאנטע ענינים בקורות ימי רבותינו הק' זיע''א אין דער אלטער היים.
דערנאך האט דער רבי משמיע געווען דב"ק בדברי דרוש בעניני שמחת חתן כלה, און ארויסגעברענגט אז ווען משיח וועט קומען וועלן אלע בתי מדרשות ארויפגיין א דרגא, פון חו"ל וועלן גיין קיין ארץ ישראל, פון ארץ ישראל קיין ירושלים, און די פון ירושלים וועלן גיין צום ביהמ"ק, קומט אויס אז מיטן ארויסהעלפן בויען דעם בנין הגדול אין ירושלים עיה"ק בויעט מען מיט דעם דאס ביהמ"ק, און מסיים געווען מיט ברכות לרוב פאר אלע חשוב'ע נדבנים, דערנאך האט זיך דער רבי אויפגעשטעלט טאנצן א לענגערע צייט.
מיט ברכהמ''ז האט דער רבי מכבד געווען דער מחותן הרה"ג ר' יחיאל שרגא גרינפעלד שליט"א, ברכות ראשונות: חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד אבני צדק שליט"א, ברכה אחריתא: הגה"צ רב דביהמ"ד בית ברוך שליט"א. מען האט געענדיגט ארום 11:30.
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️