בס"ד - סאטמארע נייעסEnglish
סאטמארע נייעס סאטמארע נייעס

דאנערשטאגד' אדר ב' תשפ"ד3/14/2024

באריכט
מיטוואך פרשת פקודי 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

אינדערפרי איידער תפילת שחרית איז פארגעקומען די ברית'ן:
לבן הנולד אצל ר' אברהם שפילמאן הי"ו, ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.
לבן הנולד אצל ר' מנחם משה גאלד הי"ו, ווי דער רבי איז געווען סנדק.

רבינו שליט''א האט געדאווענט שחרית בהיכל המתיבתא סניף ויואל משה. פארן דאווענען האט דער רבי תפילין געלייגט פאר'ן בר מצוה בחור ב"ר וואלף רעטעק הי"ו.

נאכן דאווענען האט דער רבי פארגעלערנט דעם טעגליכן תהילים שיעור אויף קאפיטל י"ט פסוק י"ב, דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיט'ן בר מצוה בחור בחדרו הפרטי.

אין די פארמיטאג שעה'ן איז דער רבי געווען אויף די וועכענטליכע באזוך אינעם בית השחיטה המהודרת, און דערנאך אינעם בית אופה המהודרת דקהלתינו הק'.

נאכמיטאג איז רבינו שליט''א ארויף בהיכל הישיבה סניף ויואל משה ווי דער רבי האט געלערנט מיט א חברותא מתלמידי הישיבה בחדרו הפרטי. און ארום 6:10 האט דער רבי געדאווענט מנחה אין די ישיבה.

פארנאכטס האט רבינו שליט''א מסדר קידושין געווען ביי די חופה פון די פאלגענדע מחותנים:
ר' יעקב קאפל סימאן הי"ו - ר' יואל ברא"י לאנדא הי"ו, באולם כינור דוד.
ר' ירחמיאל זאב פריעד הי"ו - ר' אברהם ישעי' קויפמאן הי"ו, באולם בית רחל פאראדייס.
ר' בעריש שעהנברוין הי"ו - ר' גדלי' אפפעל הי"ו, באולם גינת קליין.

זמני כניסה בקו''פ איז געווען פון ארום 8:00 ביז 12:45 אויפדערנאכט, בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.

בעת די זמני כניסה זענען אריין בקודש פנימה די עסקנים פון 'קרית זית רענן' בניו דזשערסי בראשות המייסד הר"ר משה לאנדא שליט"א מיאמפולע, אויף הדרכה ויעוץ וברכת הקודש צום נייעם ישוב, עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס, דער רבי האט זיך פאראינטערסירט איבער די פרטים פון די מוסדות החינוך אין שטאט און איבער די פרייזן פון די דירות, און איבערגעגאנגען א לענגערע צייט פארשידענע פרטים פונעם פראיעקט און ווארעם מאציל געווען מברכות קדשו פאר הר"ר משה שליט"א, פאר הרה"ג ר' ישעי' גדלי' קויפמאן שליט"א דומ"ץ קראלי וומסב''ג ומרבני הקריה, און הר"ר משה שליט"א האט איבערגעגעבן פארן רבי'ן ספרו רצון משה.

אויך איז פארגעקומען א סיום כתיבת האותיות פאר די ס''ת וואס ווערט געשריבן דורך הרה"ח ר' יעקב פנחס פריעדמאן הי"ו, און ווערט אריינגעגעבן דעם קומענדיגן זונטאג ויקרא אין ביהמ"ד דברי יואל, דער רבי האט אריינגעשריבן די אותיות, געטרינקן לחיים און מאציל געווען מברכות קדשו.

עס איז געווען אויף א באזוך בקו''פ הגאון הגדול רבי שמעון יצחק שלעזינגער שליט"א חבר בדי''צ העדה החרדית בירושלים עיה"ק, עס האט זיך פארמירט א שיינע שמועס בדברי תורה איבער שמות אנשים ביי גיטין און פארשידענע הלכות פון יו"ט פורים, דער רבי האט אים מכבד געווען מיט לחיים און מאציל געווען מברכת קדשו און ארויסבאגלייט ביז צו די גאס.

אויך זענען אריין בקו''פ הרב פנחס שטערנבוך שליט"א מנכדי כ"ק מרן פוסק הדור ומרא דארעא קדישא שליט"א מיט העסקן הדגול הרב שמעון דאווידאוויטש שליט''א יו"ר וועד הפעולה שע"י העדה החרדית, אינאיינעם מיט עסקני וועד הפעולה פון ארה"ב, מקבל זיין ברכת הקודש לרגל דעם מגבית מיוחדת אנצושליסן אנשי שלומינו אינעם וועד הפעולה, עס האט זיך פארצויגן א שמועס איבער די פולע פעלות פונעם וועד און איבער די פלענער אנצושליסן אנשי שלומינו אלץ מעמבערס אויפצוטרייבן גרעסערע געלטער צו קענען מער אויפטוהן, און ארומגערעדט איבער די מצב פון גיוס בארה"ק, דער רבי האט אנגעוואונטשן הצלחה פאר הר"ר פנחס שליט"א און אלע עסקנים און עקסטער פאר הרה"ח ר' יצחק אליקים שווארטץ הי"ו יו"ר וועד הפעולה בארה"ב, און הר"ר פנחס שליט"א האט איבערגעגעבן פארן רבי'ן בשליחות הקודש פון זקינו כ''ק מרא דארעא קדישא שליט''א די נייע באנד פון ספרו הליכות והנהגות.

דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 12:00, און דערנאך ווייטער ממשיך געווען אויפנעמען דעם ציבור.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️