בס"ד - סאטמארע נייעסEnglish
סאטמארע נייעס סאטמארע נייעס

מיטוואךי' אדר ב' תשפ"ד3/20/2024

באריכט
מיטוואך פרשת ויקרא 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

אינדערפרי איידער תפילת שחרית איז פארגעקומען די ברית'ן:
לבן הנולד אצל ר' יעקב יוסף פעלבערבוים הי"ו, ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.
לבן הנולד אצל ר' זלמן גראסבערג הי"ו, ווי דער רבי איז געווען סנדק.

רבינו שליט''א האט געדאווענט שחרית בהיכל המתיבתא סניף ויואל משה. פארן דאווענען האט דער רבי תפילין געלייגט פאר די בר מצוה בחורים:
ב"ר בנימין זאב שווארטץ הי"ו.
ב"ר יעקב קלעפנער הי"ו.

נאכן דאווענען האט דער רבי פארגעלערנט דעם טעגליכן תהילים שיעור אויף קאפיטל י"ט פסוק י"ב, דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בחדרו הפרטי, אויך זענען אריין בקו''פ בחדרו הפרטי די גבאים פון קופת רבינו אבני חסד פון אלע סניפי המתיבתא מקבל זיין ברכת הקודש לקראת יו''ט פורים, דער רבי האט אינטערגעשריבן די שליחות הקודש און מאציל געווען מברכות קדשו און פארטיילט שליח מצוה געלט פאר די גבאים.

אין די פארמיטאג שעה'ן איז דער רבי געווען אויף די וועכענטליכע באזוך אינעם בית אופה המהודרת דקהלתינו הק'.

נאכמיטאג ארום 5:45 האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש.
נאך מנחה איז פארגעקומען א ברית לבן הנולד אצל ר' בנציון יוסף זאלדאן הי"ו בבית אביו הרה''ג ר' אברהם הערש זאלדאן שליט"א, ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.

פארנאכטס האט רבינו שליט''א מסדר קידושין געווען ביי די חופה פון די פאלגענדע מחותנים.
ר' ארי' ברמ"א הערשקאוויטש הי"ו - ר' משה יעקב יודא ווערצבערגער הי"ו, באולם כינור דוד.
ר' מרדכי הערש היימאן הי"ו (מאנסי) - ר' שאול יחזקאל פראמאוויטש הי"ו, באולם בית רחל פאראדייס.
ר' ירמי' שמואל ווייס הי"ו - ר' שלמה אפרים צוויבל הי"ו, באולם גינת קליין.

זמני כניסה בקו''פ איז געווען פון ארום 8:15 ביז 11:25 אויפדערנאכט, בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.

רבינו שליט''א האט געליינט תנאים אין די תנאים זאל בביתו נאוה קודש פון די מחותנים ר' שמחה האלפערט הי"ו (וומסב''ג) - ר' נפתלי הירצקא בראך הי"ו.

בעת די זמני כניסה זענען אריין בקו''פ די בחורים עסקנים פון חבורת 'לגיון של מלך' בעניני טעכנעלאגיע, דער רבי האט מאציל געווען מברכת קדשו און געבענטשט די מטבעות וועלכע וועלן ווערן פארטיילט פאר די הונדערטער בחורים וועלכע זענען אנגעשלאסן אין די חבורה.

דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 11:25.

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️