בס"ד - סאטמארע נייעסEnglish
סאטמארע נייעס סאטמארע נייעס

מיטוואךכ"ד אדר ב' תשפ"ד4/3/2024

באריכט
מיטוואך פרשת שמיני 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

רבינו שליט''א האט געדאווענט שחרית בהיכל המתיבתא סניף ויואל משה. פארן דאווענען האט דער רבי תפילין געלייגט פאר'ן בר מצוה בחור ב"ר זלמן לייב פריעדמאן הי"ו.

נאכן דאווענען האט דער רבי פארגעלערנט דעם טעגליכן תהילים שיעור אויף קאפיטל י"ט פסוק י"ד, דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיט'ן בר מצוה בחור בחדרו הפרטי.

אין די פארמיטאג שעה'ן איז רבינו שליט''א אריבער אין שכונת דברי חיים ווי עס איז פארגעקומען א מעמד יציקת הבורות פאר די מקוה טהרה אינעם שכונה, דער רבי האט געגאסן די בורות און מכבד געווען די אנוועזנדע רבנים און די נדבנים צו גיסן.
דערנאך איז דער רבי אריבער צו די נייע אפיסעס פון 'מעסטער ריעלטי' אונטער די אייגנטומערשאפט פון הרה"ח ר' הערשל לעווי הי"ו נדבן פונעם שטח המקוה טהרה, דערביי איז פארגעקומען א חתימת שטרות ווי הרה"ח ר' הערשל הי"ו האט אפגעקויפט א גרויסע זכות אינעם מקוה החדש בבית מדרשינו 'בית שמואל' בשכונת דברי חיים, עס האט זיך פארמירט א שיינע שמועס איבער די הרחבת גבולי הקדושה פונעם שכונה, דער רבי האט געטרינקן לחיים און ווארעם אנגעוואונטשן פארן נדבן, פאר הגה"צ רבי יואל האלבערשטאם שליט"א רב הביהמ"ד, פאר אביו הרה''ג ר' ברוך לעווי שליט''א רב דביהמ''ד אמסטערדאם, און פאר די ראשי הקהילה און פארן גאנצן ציבור.

מיטאג ארום 1:50 איז דער רבי אריבער בהיכל המתיבתא סניף קדושת יואל ווי דער רבי האט פארגעלערענט די פערטע סוגיא שיעור אלץ הכנה צום דרשת שבת הגדול. מען האט געענדיגט ארום 2:55.

אין די נאכמיטאג שעה'ן איז געווען אויף א באזוך בקו''פ הגה"צ ר' יושע כ"ץ שליט"א אבד"ק מאגרוב, דער רב שליט"א האט איבערגעגעבן א גרוס פונעם בית אופה המהודרת דקהלתינו הק' ווי דער רב האט נארוואס געבאקן מצות לקראת חג הפסח, און האט אויסגעלויבט די פילע חומרות, דערביי האט זיך פארצויגן א שיינער שמועס בעניני כשרות בכלל און בפרט בעניני סת"ם.
אזוי אויך האט בנו הרה''ג ר' מרדכי אברהם שליט"א ראש החבורה בכוללינו 'כולל דברי יואל' אין ב"פ איבעגעגעבן א גרוס פונעם כולל, און דער רבי האט מאציל געווען מברכת קדשו.

נאכמיטאג ארום 6:30 האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש.

זמני כניסה בקו''פ איז געווען פון ארום 8:15 ביז 12:30 אויפדערנאכט, בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.

רבינו שליט''א האט געליינט תנאים אין די תנאים זאל בביתו נאוה קודש פון די מחותנים. הר''ר שלום לוי יצחק ווייסמאן שליט''א (וומסב''ג) - ר' יואל ברח''ש שפילמאן הי"ו.

דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 12:30.

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️