בס"ד - סאטמארע נייעסEnglish
סאטמארע נייעס סאטמארע נייעס

מאנטאגז' ניסן תשפ"ד4/15/2024

באריכט
מאנטאג פרשת טהרה 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

אינדערפרי איידער תפילת שחרית איז פארגעקומען א ברית לבן הנולד אצל ר' אהרן בערגער הי"ו, ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.

רבינו שליט''א האט געדאווענט שחרית בבנין התלמוד תורה 'ווידער פאלאטשעק' אינאיינעם מיט די תלמידי כתות ו' ז' ח' סניף הר"ר יעקב שלום ווייס שליט"א. פארן דאווענען האט דער רבי תפילין געלייגט פאר די בר מצוה בחורים.
ב"ר יואל ברי"פ ווייס הי"ו.
ב"ר נתן ברוינער הי"ו.
דער רבי האט געצינדן 5 ליכט און יורד געווען לפני התיבה לרגל די יארצייט פון זקינתו הרבנית חנה ע"ה אשת חבר הגה''ק הקדושת יו"ט זיע''א, און ביים ליינען איז דער רבי געגאנגען הגבה.

נאכן דאווענען איז פארגעקומען א מסיבת לחיים בהיכל הביהמ"ד, מען האט געזינגען עטליכע ניגונים און חרוזים לכבוד המעמד, דער רבי האט געטרינקן לחיים און אנגעוואונטשן פאר אלע קינדער און פארטיילט שיריים פאר די אייניקלעך, און משמיע געווען דב"ק והדרכה לכבוד יו"ט פסח הבעל"ט און מסיים געווען בברכת קדשו.

נאכמיטאג ארום 8:15 האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש, דער רבי האט געצינדן ליכט און יורד געווען לפני התיבה לרגל די יארצייט פון די באבע ע''ה.

זמני כניסה בקו''פ איז געווען פון ארום 9:00 ביז 10:45 אויפדערנאכט, בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.

רבינו שליט''א האט געליינט תנאים אין די תנאים זאל בביתו נאוה קודש פון די מחותנים ר' יואל ברי''מ בלייך הי"ו - ר' משה דוד וויינגארטן הי"ו.

נאך די זמני כניסה ארום 11:10 איז רבינו שליט''א אנגעקומען אין ביהמ"ד בית בית שמואל אין שכונת דברי חיים צו די שמחת השבע ברכות בחצרות קדשינו צוגעשטעלט דורך די מתפללי הביהמ"ד לכבודו פון רבינו שליט"א און הגה"צ רב הביהמ"ד שליט"א, אינאיינעם מיט א סיום מס' סוטה במסגרת חבורת יסודי התורה דורך די ביהמ''ד, ביים אנקומען האט דער רבי געטאנצן אויפן פלאץ, און עס האט אויפגעטרעטן הרה"ח ר' ארי' הערשקאוויטש הי"ו גבאי בית מדרשינו אין שכונת זרע קודש.
דער רבי האט געטרינקן לחיים און אנגעוואונטשן פארן חתן, מחותנים, זיידעס, און פארן גאנצן ציבור תושבי השכונה, און משמיע געווען דברי תורה בענין שמחת חתן וכלה, און ארומגערעדט איבער די הרחבת גבולי הקדושה וואס די שכונה איז א חלק פונעם עיר הקודש קרית יואל, און ארומגערעדט בשבח פון די תושבי השכונה און פון הגה"צ רב הביהמ"ד שליט"א, און מסיים געווען בברכת קדשו.
דערנאך האט הרה"ח ר' הערשל פריעדמאן הי"ו אויפגעטרעטן מיט דברי בדחנות, און דער רבי האט זיך אויפגעשטעלט טאנצן א לענגערע צייט.
מיט ברכהמ''ז האט דער רבי מכבד געווען דער מחותן הגה"צ רב הביהמ"ד שליט"א און די שבע ברכות גיסו הגה"צ אבד''ק ב"פ שליט"א. מען האט געענדיגט ארום 12:10.
דערנאך האט דער רבי געדאווענט מעריב בהיכל הביהמ"ד, און נאך מעריב געמאכט קידוש לבנה בחצר הביהמ"ד.

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️