בס"ד - סאטמארע נייעסEnglish
סאטמארע נייעס סאטמארע נייעס

מאנטאגי"ד ניסן תשפ"ד4/22/2024

באריכט
זונטאג פרשת אחרי א' - בדיקת חמץ - 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

רבינו שליט''א האט געדאווענט שחרית אין ביהמ"ד הגדול. פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים.
ב"ר סנדר יעקב הלל גרינוואלד הי"ו.
ב"ר דוד צבי גראס הי"ו.
ב"ר פנחס אלעזר פריעד הי"ו.
נאכן דאווענען איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בחדרו הפרטי.

נאכמיטאג ארום 7:50 האט דער רבי געדאווענט מנחה אין ביהמ"ד הגדול, בעל תפילה: ר' יודל ברנ"ש שווארטץ הי"ו.
נאך מנחה איז פארגעקומען דער מעמד המרומם 'שאיבת מים שלנו' במעמד אלפי אנ''ש, מען האט געזינגען מערערע ניגוני שמחה והתעוררות.

רבינו שליט''א האט משמיע געווען פייערדיגע דברות קודש מיט לענגערע דברי הדרכה והכנה צום יו"ט פסח און ארומגערעדט גאר שטארקע דברי אמונה אז דורך דעם וואס מען פרייט זיך יעצט מיט די גאולה השלימה וואס גייט בקרוב זיין אין דעם זכות וועט מען זוכה זיין עס צו זען במהרה, און מסיים געווען בברכות לרוב.

מען האט ממשיך געווען מיט ניגוני התעורורות און געזינגען ויהי נועם, דער רבי האט זיך אויפגעשטעלט ברגש קודש און געזאגט די לשם יחוד לשם מצות מצוה און געשעפט מים שלנו פונעם קראן אויפן בימת הכבוד און אריינגעגאסן און עטליכע קריגלעך דערביי ציילענדיג במספר האותיות א' ב' ג' וכו', און דערנאך מכבד געווען הרבנים הגאונים בני וחתני רבינו שליט"א ורבני ודייני קר''י צו שעפן, און זיך בשמחה של מצוה וקדושה ארויסגעלאזט אין פייערדיגע ריקודין א לענגערע צייט. מען האט געענדיגט ארום 8:55.

תיכף נאכן מעמד האט דער רבי געדאווענט מעריב בהיכל הביהמ"ד. בעל תפילה: הרה"ח ר' ברוך מרדכי מארקאוויטש הי"ו.

נאך מעריב איז דער רבי אהיים לביתו נאוה קודש. דער רבי האט אויסגעלייגט די 10 ברעקלעך ארום דעם טיש כנהוג, געמאכט די ברכה על ביעור חמץ בהתלהבות און צוזאמגענומען די ברעקלעך און דערנאך ממשיך געווען בטירחא דגופא דעם גאנצן הויז בודק חמץ זיין, ביים ענדיגן האט דער רבי געזאגט כל חמירא בהשתפכות הנפש.

שפעט אויפדערנאכט האט דער רבי מסדר געווען און נאך ארויסגעשיקט דעם לעצטן טייל צדקות פון קמחא דפסחא לכבוד יו"ט.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️