בס"ד - סאטמארע נייעסEnglish
סאטמארע נייעס סאטמארע נייעס

פרייטאגכ"ה ניסן תשפ"ד5/3/2024

באריכט
פרייטאג ערש''ק אחרי ב' 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

רבינו שליט''א האט געדאווענט שחרית אין ביהמ"ד הגדול. פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים.
ב"ר בנציון לעווי הי"ו.
ב"ר יצחק אפעל הי"ו.
דער רבי האט געצינדן 5 ליכט לרגל די יומדהל"ק פון זקינו מרן הגה''ק בעל דברי חיים מצאנז זיע''א.

נאכן דאווענען איז פארגעקומען א מסיבת לחיים לרגל די הילולא קדישא ברוב עם בחדר אברהם יודא בביהמ"ד הגדול.
מיט מכתם לדוד האט דער רבי מכבד געווען הרה"ח ר' יוסף משה אונגאר הי"ו (מאנסי), דער רבי האט געטרינקן לחיים און אנגעוואונטשן פאר די בר מצוה בחורים און פארן גאנצן ציבור, און דערציילט עובדות וסיפורי קודש א לענגערע צייט.

▫ סאטמאר'ע נייעס 🌴