זונטאג פרשת קדושים 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א
אינדערפרי איידער תפילת שחרית איז פארגעקומען א ברית לבן הנולד אצל ר' שמואל שאלילאף הי"ו, ווי דער רבי איז געווען סנדק.
דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ביהמ"ד הגדול אינאיינעם מיט די הונדערטער בחורי הישיבות. פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים.
בן הר"ר ישראל פריינד שליט"א.
ב"ר יואל שלמה זאלדאן הי"ו.
ב"ר ישראל מנחם שניצלער הי"ו.
ב"ר יודא ארי' לאוב הי"ו.
ב"ר משולם זושא לעווי הי"ו.
נאכן דאווענען איז פארגעקומען א מסיבת לחיים לפני עלי' לציון הק', מען האט געזינגען ניגוני התעורורות,
דער רבי האט געמאכט דעם סיום הש"ס און ששה סדרי משנה און געזאגט קדיש.
דער רבי האט געטרינקן לחיים און אנגעוואונטשן פארן גאנצן ציבור, און משמיע געווען דב"ק והכנה לפני עלי' לציון, דער רבי האט זיך געשטעלט אויפן פסוק 'בזאת יבא אהרן אל הקודש' און ארויסגעברענגט אז די איינציגסטע וועג צו שטייגן אין עבודת השם איז נאר דורך די תורה, און ארויסגעברענגט די געוואלדיגע יגיעות התורה פון רביה"ק בעל הילולא זיע''א וואס האט יעדע איבריגע מינוט עוסק געווען אין לימוד התורה, און מסיים געווען בברכת קדשו.
נאכן מסיבת לחיים ארום 12:25 איז רבינו שליט"א ארויף צום ציון הק' אינאיינעם מיט אלפי אנ''ש ותלמידי הישיבה, ביים אנגעקומען אין בית החיים האט דער רבי געמאכט די ברכה אין אריין אין אוהל הק', געצינדן פינף ליכט מיט א נשמה לעכט, און געזאגט די תפלה שלום עליך המיוחס למרן בעל ישמח משה זיע''א
דער רבי איז געווען בעל תפלה, און געזאגט די קאפיטלעך פון צ' ביז ק''ז כנהוג, און געזאגט דעם יהי רצון און קדיש, און דערנאך געלערנט משניות און געזאגט קדיש דרבנן, בשעת דער רבי האט געליינט די קוויטלעך האט מען געזינגן ניגוני התעורורות וואס מען פלעגט צו זינגען בבית מדרשו פון רבינו הק' בעל ההילולא. דערנאך האט זיך דער רבי משטתח געווען אויפן ציון הקדוש פאר א לענגערע צייט. מען האט געענדיגט ארום 1:20.
פארנאכטס האט דער רבי פארלאזט ביתו נאוה קודש אויפן וועג צום שטוב פון הרבני הנגיד ר' יחזקאל דוד בערקאוויטש הי"ו וואס געפינט'זיך אין א שטילע געגנט אין קר"י ווי דער רבי וועט וויילט אויף מנוחת הנפש פאר די קומענדיגע טעג, דער רבי האט געדאווענט מנחה בבית האכסניא ארום 8:45, און מעריב ביים זמן ר"ת ארום 9:15, און נאך מעריב געציילט ספירה פארן עמוד.
▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️