בס"ד - סאטמארע נייעסEnglish
סאטמארע נייעס סאטמארע נייעס

מיטוואךל' ניסן תשפ"ד5/8/2024

באריכט
מיטוואך קדושים א' דר"ח אייר 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

דער רבי האט געדאווענט שחרית בבית האכסניא ארום 9:15. פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים.
בן הר"ר ישעי' יצחק רובין הי"ו
.ב"ר משה אברהם גראס הי"ו.
ב"ר יושע ביקעל הי"ו.
ב"ר נפתלי פריינד הי"ו.
בעל תפילה: ר' מרדכי פעקעטע הי"ו, דער רבי איז צוגעגאנגען צו הלל מיט גרויס התעוררות.

פתיחה: הרה"ח ר' משה אברהם גראס הי"ו. כהן: הב' הבר מצוה בן הר"ר ישעי' יצחק רובין הי"ו. לוי: הב' אהרן ב"ר צבי מאנדל הי"ו. שלישי: הב' הבר מצוה ב"ר נפתלי פריינד הי"ו. רביעי: הב' הבר מצוה ב"ר משה אברהם גראס הי"ו. הגבה: רבינו שליט"א. גלילה: הב' הבר מצוה ב"ר יושע ביקעל הי"ו.

נאכן דאווענען איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בהיכל הביהמ"ד און עס האט זיך פארמירט א שיינע שמועס איבער פארן קיין אייראפע אויף מקומות הקדושים, און בפרט איבער פארן קיין אוקריינע אין די יעצטיגע מלחמה טעג.

דער רבי האט געדאווענט מנחה בבית האכסניא ארום 8:45, בעל תפילה: הרה''ח ר' חיים הערש אבערלענדער הי"ו. און מעריב ארום 9:30, בעל תפילה: הר''ר חיים דוד פארגעס הי"ו, נאך מעריב האט דער רבי געציילט ספירה פארן עמוד.

ארום 10:10, איז דער רבי אנגעקומען אין די תנאים זאלן בביתו נאוה קודש ווי דער רבי געליינט די תנאים פון די מחותנים הרה"ח ר' חיים אברהם ראזענפעלד הי''ו און הרה''ח ר' שלמה יעקב ניישטאדט הי"ו.
תיכף דערנאך איז דער רבי צוריק געפארן לבית האכסניא.

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
👁 812