בס"ד - סאטמארע נייעסEnglish
סאטמארע נייעס סאטמארע נייעס

מיטוואךג' מרחשון תשפ"א10/21/2020

באריכט
היינט איז פארגעקומען א ברית ביי כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א פאר ב"ר שמואל מאיר דייטש - ק"י

כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א האט געדאווענט היינט שחרית בישבתינו "מתיבתא הקדושה" סניף עצי חיים שיעור ג' פארן דאווענען האט די רבי תפילין געלייגט פאר 3 בר מצוה בחורים צווישן אנדערע פאר הבחור החשוב בן הרב יעקב אלי' טורנהיים -ר''מ בישיבה
נאכן דאווענען האט די רבי פארגעלערנט די טעגליכע תהילים שיעור שפעטער איז פארגעקומען א מסיבת לחיים אין שפיץ פונעם רבין ווי עס האט אויפגעטרעטן הרב יעקב אלי' טורנהיים -ר''מ בישיבה

נאכמיטאג איז כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א ארויף בישיבתינו "מתיבתא הקדושה" -סניף ברך משה אין ווי די רבי האט זיך אומגעקוקט אינעם היכל הביהמ''ד מיט א קורת רוח דערנאך געלערנט בחדרו הפרטי מיטן חברותא
👁 171