בס"ד - סאטמארע נייעסEnglish
סאטמארע נייעס סאטמארע נייעס

דינסטאגכ' אייר תשפ"ד5/28/2024

באריכט
זונטאג בחוקתי ל"ג בעומר 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

אינדערפרי איידער תפילת שחרית איז פארגעקומען א ברית לבן הנולד אצל ר' חנני' יו"ט ליפא דייטש הי"ו, ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.

רבינו שליט''א האט געדאווענט שחרית בהיכל המתיבתא סניף קדושת יואל. פארן דאווענען האט דער רבי געצינדן 5 ליכט לכבוד התנא האלקי רבי שמעון בר יוחאי.
דערנאך האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים.
ב''ר יואל פעלדמאן הי"ו.
ב''ר שאול בראך הי"ו.
ב''ר חיים פארגעס הי"ו.

נאכן דאווענען ארום 12:15 איז דער רבי אריינגעקומען צום מסיבת לחיים ברוב עם אינאיינעם מיט די תלמידי המתיבתא פון אלע סניפים, ביים אריינקומען האט דער רבי געטאנצן אויפן פלאץ פאר עטליכע מינוט, און דערנאך האט מען געזינגען ניגוני התעורורות.
דער רבי האט געטרינקן לחיים און אנגעוואונטשן פארן גאנצן ציבור, און משמיע געווען דב''ק דברי דרוש במשנתו של רבי שמעון בר יוחאי, און אז בזכות פון רשב''י האט מען מקבל געווען די תורה, און דאס איז די סיבה פארוואס יעדע איד פילט אזא שמחה אין דעם טאג פון ל"ג בעומר, און מסיים געווען מיט ברכות לרוב.

מען האט ממשיך געווען מיט ניגוני שמחה און דער רבי האט זיך אויפגעשטעלט טאנצן א לענגערע צייט.
מיט די זמירות פון בר יוחאי און ואמרתם האט דער רבי מכבד געווען הרה"ג ר' מאיר אליעזר פריעדמאן שליט"א ר"מ בישיבתינו הק', אמר רבי עקיבא: הב' שמואל מאיר ב"ר יקותיאל יצחק עהרנטאל הי"ו (ירושלים). מען האט געענדיגט ארום 1:15.

נאכמיטאג ארום 7:30 איז דער רבי אריינגעקומען צו תפילת מנחה אין ביהמ"ד הגדול צד דרום, פאר מנחה האט דער רבי געצינדן פינף אויל לעכט לכבוד התנא האלקי רבי שמעון בר יוחאי. בעל תפילה: הרה"ח ר' חיים שלמה קרויס הי"ו.

אשרינו מה טוב חלקנו בהילולא דבר יוחאי, ומה נעים גורלינו בזכות אדונינו בר יוחאי

אומבאשרייבליכער התרגשות של שמחה וקדושה ביי רבוא רבבות מישראל וואס האבן מיט א הרגש קודש מיטגעהאלטן דער מעמד המרומם 'ההדלקה רבתי' יום ל''ג בעומר בעת נעילת חג ההילולא, ומן המותר לתאר ארויסצוברענגען די איבערפלוס פון רגש של שמחה וקדושה וואס האט זיך געשפירט במשך די עטליכע שעות פון די הדלקה וריקודי קודש בחוצות קרית יואל, ווען דער עיר עוז לנו קרית יואל יצ''ו איז ווי יאר יערליך פארוואנדעלט געווארן אין א מעין קיבוץ גליות מיט בליעה"ר 'אריבער הונדערט טויזענט נפשות' אנשים נשים וטף כ"י - לויט די פאליצייאישע שאצונג - אויף די ריזן שטחים ארום דעם ביהמ''ד הגדול און בנין מבצר הכוללים און אין די דערנעבענדיגע שטחים פון די גאסן ארום, אין שפיץ פונעם מנהיג העדה כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

עיני כל בית ישראל בארה"ב וקאנאדא קוקן שוין ארויס א גאנץ יאר און ווארטן צו דעי גרויסע מאמענטן זיך מיטצופרייען און מיטצוהאלטן דעם 'מעמד הדלקה רבתי' אינעם 'מירון דאמעריקא' לכבוד התנא האלוקי רבי שמעון בר יוחאי.

עטליכע מינוט נאך מנחה אום 7:50 איז רבינו שליט''א ערשינען צום מעמד קדוש און צוגעגאנגען אין צענטער פונעם בימת הכבוד וואס איז געווען פול באזעצט מיט הרבנים הגאוה"צ רבנים ודיינים שליט"א, ביים אנקומען אויפן פלאץ האט דער ציבור אויסגעבראכן אין פייערדיגע ריקודין פאר לענגערע מינוטען, דער רבי האט געטאנצן אויפן פלאץ און דערנאך האט מען אנגעהויבן זינגען נגוני התעוררות.

נאך א קורצע צייט זינגען האט זיך רבינו שליט''א אויפגעשטעלט און משמיע געווען דברות קודש מלהבת אש, בתורתו של רבי שמעון בר יוחאי, ובגודל קדושת היום, דער רבי האט זיך געשטעלט אויף די מימרא פונעם הייליגן בני יששכר אין אגרא דכלא, 'בראשית' איז ר"ת א'ור ת'ורת ר'בי ש'מעון ב'ר י'וחאי, און געטייטשט אז ווייל רשב''י זאגט אז 'קוב''ה אורייתא וישראל חד הוא' במילא איז ח"ו שתשתכח תורה מישראל ווייל דאס האקט אפ די קשר נצחי, פארדעם איז מרומז רבי שמעון אין די ווארט בראשית וויבאלד אויב איז דא שכחת התורה ביי כלל ישראל איז נישט דא קיין קיום העולם. און דאס איז דער טעם פארוואס מען צינדט אן א מדורת אש לכבוד רשב''י מען איז מתפלל אז די כח האש און די קדושת התורה פון רבי שמעון זאל אריינשיינען אין יעדע אידיש הארץ און מעורר זיין א חשק צו לימוד התורה טראץ די גרויסע נסיונות וואס א מענטש גייט אדורך יעדן טאג און דאס איז אונזער תפילה דעם טאג פון ל"ג בעומר.
דער רבי האט מיט א ווייטאג ארויסגעברענגט אז עס איז פארשטערט געווארן די שמחה באתרא קדישא מירון, זעמיר אונז מתפלל אז עס זאל זיין חשוב פאר אים די צוזאמקומען דא מריחוק מקום אזא ריזיגע ציבור וואס פרייען זיך בשמחתו כאילו מען איז במקומו, און עס זאל אראפקומען אלע השפעות קדושות, און מסיים געווען מיט לענגערע ברכות הקודש פארן גאנצן ציבור.
נאך די פייערדיגע דב"ק האט מען ממשיך געווען מיט נגוני התעוררות ודביקות פאר לענגערע מינוטען, דער רבי האט מיטגעזינגען בהתעורורות רב און מוריד געווען נחלי דמעות, ווען אינג און אלט שטייען און זינגען מיט מיט א געוואלדיגע התעוררות של רחמים.

דערנאך אום 8:55 איז רבינו שליט''א ארויף אויף דעם ספעציעלן בימת ההדלקה ביים מקום 'מדורת האש' און מ'האט ווייטער ממשיך געווען מיט נגוני התעוררות, בפרט דעם ''ויהיו רחמיך מתגוללים" "רבונו של עולם האב שוין רחמנות אויף דיינע קינדערליך" וואס איז איבערגעזינגן געווארן צענדליגע מאל וואס האט געריסן הערצער, ועיני רבבות ישראל נשואות צום צענטער ווי דער מנהיג העדה כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א שטייט מיט א דביקות והשתפכות הנפש און איז מתפלל ממעמקי הלב פאר צרכי עם ישראל, דאן האבן די נדבני ההדלקה איבערגעגעבן די זילבערנע קריגלעך פון וואס דער רבי האט געגאסן אויל אויף די מדורה, דער רבי האט איבערגענומען דעם פאקל און צושטייט צוגעטרעטן צו מקום המדורה מיטן פאקל אין די האנט, בשעת מען זינגט דעם מקובל'דיגן ניגון התעוררות 'לכבוד התנא האלוקי'.
דאן האט דער רבי אנגעצינדן ברגש קודש די הדלקה און זיך ארויסגעלאזט און א פייערדיגן ריקוד ביי די מדורה לכבוד התנא האלוקי, און מדליק געווען א הייליג פייער פאקל אין די הערצער פון די רבוא רבבות מישראל וואס לאזן זיך ארויס אין אין פייערדיגע ריקודים, בהתלהבות אש קודש ושמחה בוקעת רקיעים.

נאך א לענגערע צייט איז דער רבי צוריק אריבער צום בימת הכבוד, און מען האט געזינגען די זמירות היום פון 'בר יוחאי' 'ואמרתם' און 'אמר רבי עקיבא', דערביי האבן זיך געשאפן צענדליגע רינגן פון די רבבות ישראל וועלכע האבן געטאנצן פאר לענגערע שעות לכבוד דעם הייליגן תנא, בשעת דער רבי איז מעודד די ריקודין אויפן פלאץ, ביז אום 10:25 ווען דער רבי האט פארלאזט דאס מעמד און געוויזן פארן ציבור הרבבות צו ממשיך זיין מיט די ריקודין, וועלכע האבן זיך נישט געקענט געזעגענען פון די גרויסע שמחה פון הילולת התנא האלוקי און האבן ממשיך געווען די ריקודין ביז נאך 11:00.

ארום 10:35 איז דער רבי אריינגעקומען צו תפילת מעריב אין ביהמ"ד הגדול צד דרום, בעל תפילה: הרה"ח ר' אהרן הערש וועבער הי"ו, און דער רבי האט געציילט ספירה פארן עמוד.

אשרי עין ראתה כל אלה, ואשרי עין רואה גילנו ודיצת קהלינו, ווי מ'האט זיך אנגעשעפט עמער'ס שמחה וקדושה פאר א גאנץ יאר!

תורתו מגן לנו ומאירת עינינו הוא ימליץ טוב בעדינו אדונינו בר יוחאי


▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
👁 820