בס"ד - סאטמארע נייעסEnglish
סאטמארע נייעס סאטמארע נייעס

מיטוואךי"ג סיון תשפ"ד6/19/2024

באריכט
דינסטאג פרשת בהעלותך

רבינו שליט''א האט געדאווענט שחרית אין ביהמ"ד הגדול.

נאכן דאווענען איז פארגעקומען א ברית לבן הנולד אצל ר' חיים מענדל פייערשטיין הי"ו בבית חמיו הרה"ח ר' בנציון קליין הי"ו, ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.

נאכמיטאג איז דער רבי ארויף בהיכל הישיבה סניף קדושת יואל ווי דער רבי האט געלערנט מיט א חברותא מתלמידי הישיבה בחדרו הפרטי. און ארום 6:15 האט דער רבי געדאווענט מנחה אין ישיבה.

פארנאכטס האט רבינו שליט''א מסדר קידושין געווען ביי די חופה פון די מחותנים הר''ר יחזקאל שרגא שטיין שליט''א - הרה''ח יואל ברי"צ פריינד הי"ו, באולם כינור דוד.

דערנאך איז דער רבי אריינגעפארן קיין וומסב''ג צו די וועכנטליכע זמני כניסה.

אינטערוועגנס האט רבינו שליט"א אהנגערופן הרבני הנגיד ר' פישל ריספלער הי"ו און געוואונטשן א ברכת תתחדש צום באנייאונג פונעם פראכטפולן חתונה זאל 'גינת אסתר' ווי די ערשטע שמחות זענען אפגעראכטן געווארן ברוב פאר והדר אין די יעצטיגע טעג, דער רבי האט אויסגעפרעגט אלע פרטים וויזוי די ערשטע שמחות זענען אדורך, און געזאגט אז ער הערט צוריק גאר שיינע גריסן פון מחותנים און קרובים, און אים מאציל געווען מברכות קדשו צו קענען מרבה זיין שמחות ביי אידישע קינדער מיט הרחבת הדעת.

ביים אנקומען אין וומסב''ג האט דער רבי מנחם אבל געווען הגה''צ ר' בנציון שטראסער שליט"א אבד"ק נייטרא ב"פ ואחיו החשובים שיחי' היושבים ע"פ אמם ע"ה.

זמני כניסה בקו''פ איז געווען פון ארום 8:40 ביז 12:30 אויפדערנאכט, בביתו נאוה קודש אויף היוז סט.

בעת די זמני כניסה איז אריין בקו''פ הגה"צ אבד''ק וומסב''ג שליט"א וועלכע האט איבערגעגעבן א באריכט פון די צווייטע מהודר'דיגע ווייץ שניט דעם מאנטאג אין די פעלדער אין וואדלענד קאליפארניע - במקום שאין גשמים מצויין בימות הקיץ, פון ווי דער רב שליט"א האט זיך נארוואס אומגעקערט, און דער רבי האט פאר א לענגערע צייט אויסגעפרעגט אלע פרטים פונעם שניט.

אזוי אויך איז אריין בקודש פנימה הגה"צ רבי משה פריעדמאן שליט"א דומ"ץ דקהלתינו ב"פ מקבל זיין ברכת הקודש לרגל די שמחת החתונה פון בתו הצעירה וועלכע קומט פאר קומענדיגע וואך, און דער רבי האט ווארעם מאציל געווען מברכת קדשו.

דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 11:45 און דערנאך ווייטער ממשיך געווען אויפנעמען דעם ציבור.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
👁 592