בס"ד - סאטמארע נייעסEnglish
סאטמארע נייעס סאטמארע נייעס

מיטוואךי"ג סיון תשפ"ד6/19/2024

באריכט
מיטוואך פרשת בהעלותך 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

רבינו שליט''א האט געדאווענט שחרית בהיכל המתיבתא סניף ויואל משה. פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר'ן בר מצוה בחור ב"ר יואל ווייסמאן הי"ו.

נאכן דאווענען האט דער רבי פארגעלערנט דעם טעגליכן תהילים שיעור אויף קאפיטל כ"ב פסוק ב'. דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחור בחדרו הפרטי.

נאכמיטאג איז דער רבי ארויף בהיכל הישיבה סניף דברי יואל ווי דער רבי האט געלערנט מיט א חברותא מתלמידי הישיבה בחדרו הפרטי.

פארנאכטס האט רבינו שליט''א מסדר קידושין געווען ביי די חופה פון די פאלגענדע מחותנים.
הרה"ג ר' אברהם יוסף פריעדמאן שליט"א (וומסב''ג) - הרה"ח ר' יואל בר"א ביקעל הי"ו, באולם כינור דוד.
הרה"ח ר' עמרם יצחק וויינשטאק הי"ו - הרה"ח ר' מאיר שפיטצער הי"ו, באולם בית רחל פאראדייס.
הרה"ח ר' יואל מרדכי גוטמאן הי"ו (ב''פ) - הרה"ח ר' מרדכי גאלדבערגער הי"ו, באולם גינת קליין.

זמני כניסה בקו''פ איז געווען פון 8:15 ביז 1:30 אויפדערנאכט, בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.

ארום 9:20 האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש.

בעת די זמני כניסה איז אריין בקו''פ הר"ר יעקב יוסף טווערסקי שליט"א בן האדמו"ר מראחמיסטריווקא מאנסי שליט"א וחתן הגה"צ ר' יצחק טווערסקי שליט"א בן כ"ק אדמו"ר מסקווירא שליט"א מקבל זיין ברכת הקודש לרגל שמחת נשואי בנו החתן למז"ט, און דער רבי האט אים מאציל געווען מברכת הקודש.

רבינו שליט''א האט געליינט תנאים אין די תנאים זאל בביתו נאוה קודש פון די פאלגענדע מחותנים.
הרה"ח ר' נחמן קליין הי"ו - הרה"ח ר' משה זאבעל הי"ו.
הרה"ח ר' הלל הירש הי"ו (וומסב''ג) - הרה"ח ר' יהודה מאשקאוויטש הי"ו.

עס איז געווען אויף א באזוך בקו''פ האדמו"ר מ'מיאלען שליט"א פון ארה"ק, עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס און דער רבי האט אים מאציל געווען מברכת קדשו.

אויך איז אריין בקודש פנימה העסקן הרה''ח ר' אהרן בנציון ווידער הי"ו אפנעמען ברכת הקודש לקראת די פריימערי וואלן ווי ר' אהרן בנציון הי"ו לויפט יעצט פאר די ראקלענד קאונטי אסעמבלי זיץ, דער רבי האט אויסגעפרעגט איבער די פולע פעולות לטובה פון ר' אהרן בנציון הי"ו און ווארעם מאציל געווען מברכת קדשו.

דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 12:45 און דערנאך ווייטער ממשיך געווען אויפנעמען דעם ציבור.

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️