בס"ד - סאטמארע נייעסEnglish
סאטמארע נייעס סאטמארע נייעס

פרייטאגט"ו סיון תשפ"ד6/21/2024

באריכט
פרייטאג ערש''ק בהעלותך 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

אינדערפרי איידער תפילת שחרית איז פארגעקומען די ברית'ן:
לבן הנולד אצל ר' יוסף אלעזר ניישטיין הי"ו, ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.
לבן הנולד אצל ר' גדלי' ברמ"י פאלקאוויטש הי"ו, ווי דער רבי איז געווען סנדק.

דער רבי האט געדאווענט שחרית אין בנין הת"ת 'בנין קליין' אינאיינעם מיט די תלמידי כתות ו' ז' ח' סניף הר"ר יואל ווערצבערגער שליט"א. פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר'ן בר מצוה בחור ב"ר מרדכי משולם זושא שניטצלער הי"ו.

נאכן דאווענען איז פארגעקומען א מסיבת לחיים בהיכל הביהמ"ד, די קינדער האבן געזינגען עטליכע ניגונים, דער רבי האט געטרינקן לחיים און אנגעוואונטשן פאר אלע קינדער און מלמדים, און משמיע געווען דב"ק והדרכה פאר די קינדער.

נאך שחרית איז דער רבי אריבער אין ביהמ"ד אהל ישראל מאיר בהנהלת הרה''ג ר' דוד שלמה עקשטיין שליט''א ווי עס איז פארגעקומען די ברית לבן הנולד אצל נכדו ר' ישראל מאיר בר"י פאלקאוויטש הי"ו ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל, נאכן ברית איז פארגעקומען א מסיבת לחיים בהיכל הביהמ"ד, און דער רבי איז ארום זיך אומקוקן אינעם ביהמ"ד און אין די מקוה, און אנגעוואונטשן ברכת קדשו פאר הרה''ג ר' דוד שלמה עקשטיין שליט"א.

▫ סאטמאר'ע נייעס 🌴