בס"ד - סאטמארע נייעסEnglish
סאטמארע נייעס סאטמארע נייעס

דאנערשטאגכ"א סיון תשפ"ד6/27/2024

באריכט
דאנערשטאג פרשת שלח 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

רבינו שליט''א האט געדאווענט שחרית בהיכל המתיבתא סניף ברך משה. פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר'ן בר מצוה בחור ב"ר אברהם בראך הי"ו.
ביים ליינען איז דער רבי געגאנגען הגבה, און נאכן דאווענען פארגעלערנט דעם טעגליכן תהילים שיעור אויף קאפיטל כ"ב פסוק א'.

נאך עטליכע מינוט איז דער רבי אריינגעקומען צום מסיבת לחיים בהיכל הביהמ"ד לרגל שמחת קישור החיתון פון נכדו החתן הרב דוד דוב מייזליש שליט"א ממציוני תלמידי הישיבה, בן חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד ישמח משה שליט"א, מען האט געזינגען ניגוני שמחה, דער רבי האט געטרינקן לחיים און אנגעוואונטשן פארן חתן, פארן בר מצוה בחור, און אלע תלמידי הישיבה, און עס האט אויפגעטרעטן דער מנהל הרה"ג ר' הלל ראבינאוויטש שליט"א.
דער רבי האט משמיע געווען דב"ק בדברי אגדה בעניני נישואין און מסיים געווען בברכות לרוב.
דערנאך האט דער חתן געזאגט די פשעטיל און מען האט אריינגעזינגען כנהוג, און דער רבי האט זיך אויפגעשטעלט טאנצן אינאיינעם מיטן חתן. מען האט געענדיגט ארום 12:15.

נאכמיטאג איז פארגעקומען א ברית אין ביהמ"ד הגדול לבן הנולד אצל הר"ר חיים הערש בן הרה"ג ר' יעקב ווייס שליט"א ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל, דערנאך איז פארגעקומען א מסיבת לחיים בהיכל הביהמ"ד אינאיינעם מיטן בעל ברית.

פארנאכטס האט דער רבי מסדר קידושין געווען ביי די חופה פון די פאלגענדע מחותנים:
הרה"ח ר' יואל מאיר פריעדמאן הי"ו - הרה"ח ר' אלי' מרדכי בראך הי"ו, באולם כינור דוד.
הרה"ח ר' יואל פריינד הי"ו - הרה"ח ר' ישראל אברהם פעדער הי"ו, באולם בית רחל פאראדייס.
הרה"ח ר' יואל בר"ב באכנער הי"ו - הרה"ח ר' נתנאל יאזשעף הי"ו, באולם גינת קליין.

ארום 8:20 האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.
דערנאך איז געווען זמני כניסה בקו''פ ביז 10:30 אויפדערנאכט.

דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 9:50 און דערנאך ווייטער ממשיך געווען אויפנעמען דעם ציבור.

רבינו שליט''א האט געליינט תנאים אין די תנאים זאל בביתו נאוה קודש פון די מחותנים הרה"ח ר' יואל ברמ"ש איידליס הי"ו - הרה"ח ר' זאב שערצער הי"ו.

נאך די זמני כניסה איז דער רבי אנגעקומען אין בית מדרשינו בית שמואל בשכונת דברי חיים צו די שמחת התנאים פון נכדו החתן הרב דוד דוב מייזליש שליט"א בן חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד ישמח משה שליט"א, עב''ג בת הגה"צ ר' יואל האלבערשטאם שליט''א רב דבית מדרשינו בית שמואל.
דער רבי איז אנגעקומען ארום 10:55 און זיך באגריסט מיט די זיידעס און רבנים אויפן אויבנאן, עס האבן אויפגעטרעטן די מחותנים שליט"א, דער רבי האט מסדר געווען די תנאים, און מכבד געווען דעם זיידן הגה"צ אבד''ק ב"פ שליט"א צו ליינען די תנאים, אלץ עדות האבן געדינט הרה"ח ר' הערשל לעווי הי"ו און הרה"ח ר' יצחק עקשטיין הי"ו, ערב קבלן: הרה"ח ר' יואל עפשטיין הי"ו, הרה"ח ר' מאיר הכהן גראס הי"ו.
דער רבי האט געטרינקן לחיים און אנגעוואונטשן פארן חתן, מחותנים, און פארן גאנצן ציבור, און משמיע געווען דב"ק בעניני נישואין, און ארויסגעברענגט די שמחה אז מען איז זיך משדך מיט אן אייניקל פון מר אביו רביה"ק בעל ברך משה זיע''א און מסיים געווען מיט ברכות לרוב.
דערנאך האט דער חתן געזאגט די פשעטיל און מען האט אריינגעזינגען כנהוג, מען האט געזינגען ניגוני שמחה און דער גאנצער ציבור איז אריבער וואונטשן מזל טוב פאר רבינו שליט"א. מען האט פארענדיגט ארום 12:00, אויפן וועג ארויס האט דער רבי אנגעוואונטשן פאר די כלה כנהוג.

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️