בס"ד - סאטמארע נייעסEnglish
סאטמארע נייעס סאטמארע נייעס

מאנטאגב' תמוז תשפ"ד7/8/2024

באריכט
שב''ק פרשת קרח ר"ח תמוז 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

פארן זמן הדלקה"נ האט דער רבי אנגעטוהן דעם שטריימל פאר די חתנים.
החתן חיים שלמה ב"ר שמואל אהרן זינגער הי"ו.
החתן מרדכי אפרים פישל ב"ר ישראל שמחה לאנדא הי"ו.
החתן יושע בן הרה"ג ר' יצחק שלום פריעדמאן שליט"א.

פרייטאג צונאכטס ארום 9:05 איז דער רבי אריינגעקומען אין ביהמ''ד מעוטף בטליתו און צוגעגאנגען צו מנחה, קבלת שבת: הרה"ח ר' יוחנן מאנן הי"ו.
מען האט געענדיגט דאווענען ארום 10:40. דער ציבור איז אריבער זאגן גוט שבת און דער רבי איז אריין לחדרו הפרטי.

ארום 11:10 איז דער רבי אריינגעקומען צום שלחן הטהור בהיכל השלחנות אינאיינעם מיט די תלמידי המתיבתא, און אנגעהויבן כדרכו בקודש שלום עליכם ברגש ובנעימה.
אשת חיל: נכד רבינו הב' ישכר בער ט"ב ני"ו בן חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד ברך משה שליט"א, הגבהת הכוס: נכד רבינו הרב מאיר יודא אשכנזי שליט"א חתן חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד אבני צדק שליט"א.

מיט די זמירות האט רבינו שליט''א מכבד געווען. כל מקדש: הר"ר יושע אייזען הי"ו (וומסב''ג), מנוחה ושמחה: הרה"ג ר' חיים יעקב סאפרין שליט"א רב דביהמ"ד קאמארנא בירושלים.

רבינו שליט''א האט געזאגט תורה אויפן פסוק 'ויקח קרח' און געטייטשט בדרך דרוש אין די סוגיא פון אין עשה דוחה לא תעשה שבמקדש, און אויף נאך א אופן בדרך אגדה אז די מחלוקה צווישן קרח מיט משה רבינו איז געווען צו עס ניצט תשובה אויפן חטא העגל.

קה אכסוף: הרב אלכסנדר אשר באב"ד שליט"א (ב"פ), ברכת המזון: הרה"צ ר' אברהם עקשטיין שליט"א אב"ד באונעס איירעס.

עובדות וסיפורים די וואך האט רבינו שליט''א דערציילט פון הגה''ק רבי יושע העשיל מקאמארנא זצ"ל בן הגה"ק הברוך טעם זיע''א וואס די יארצייט געפאלט מיטוואך ד' תמוז.

קה רבון עלם: הרה"ח ר' גדלי' עפשטיין הי"ו (בראכפעלד), די פרישע חתנים זענען אריבער נעמען פירות. אז ביום השביעי: הרה"ח ר' יוסף בר"ח יאקאב הי"ו. מען האט געענדיגט ארום 1:50.

וביום השבת קודש

שב''ק אינדערפרי איז דער רבי אריינגעקומען אין ביהמ''ד ארום 9:40. ברכות ופסוקי דזמרה: הרה"ח ר' ישראל שמחה לאנדא הי"ו, צו שחרית והלל איז דער רבי צוגעגאנגען.

הוצאה והכנסה: הרה"ח ר' חיים אלי' טייטלבוים הי"ו און הרה"ח ר' יצחק זינגער הי"ו (וומסב''ג), פסוקי שמע ישראל: הגה"צ ר' מאיר צוויבל שליט"א מרבני קהלתינו הק' בוומסב''ג.

עליות. כהן: החתן הערשל ב"ר יצחק אליקים שווארטץ הי"ו - באווארפען. לוי: החתן מרדכי אפרים פישל ב"ר ישראל שמחה לאנדא הי"ו - באווארפען. שלישי: החתן חיים שלמה ב"ר שמואל אהרן זינגער הי"ו - באווארפען. רביעי: החתן יושע בן הרה"ג ר' יצחק שלום פריעדמאן שליט"א - באווארפען. חמישי: הרה"ח ר' שאול לייב זאלדאן הי"ו. שישי: רבינו שליט''א.

נאכ'ן עולה זײן האט דער רבי קורא שם געווען לרגל הולדת הבת אצל:
ר' שמואל וואלף לעווי הי"ו (וומסב''ג).
ר' שלמה אהרן פריעדמאן הי"ו.
ר' שמעון גאלדבערגער הי"ו.
ר' שמואל שטיינבערג הי"ו.
ר' שמואל ברח"ד פריעד הי"ו.
ר' יואל ברי"ה פערל הי"ו.
ר' שאול ברי"ש בראך הי"ו.

שביעי: הרה"ח ר' קאפל בערגער הי"ו. אחרון: הרה"ח ר' ישראל מאיר פריעדמאן הי"ו (וומסב''ג), הגבה: הרה"ח ר' וואלף שווארטץ הי"ו (וומסב''ג), גלילה: הרה"ח ר' שמואל אהרן זינגער הי"ו.
מפטיר - קריאת ר"ח: הרה"ג ר' יצחק שלום פריעדמאן שליט"א מו"ץ. הגבה: הרה"ח ר' שלום לאנדא הי"ו. גלילה: הרה"ח ר' אברהם פישער הי"ו (וומסב''ג).

צו תפילת מוסף איז דער רבי צוגעגאנגען לכבוד שבת ר"ח, פתיחה צו אנעים זמירות: הרה"ח ר' יוסף יודא יאקאבאוויטש הי"ו (וומסב''ג).

נאכן דאווענען איז פארגעקומען א ברית לבן הנולד אצל ר' אברהם בר"ש יאקאבאוויטש הי"ו, ווי דער רבי איז געווען סנדק. מען האט געענדיגט ארום 1:15.

נאכמיטאג ארום 7:45 איז דער רבי אריינגעקומען אין ביהמ"ד צו פרקי אבות, דער רבי האט זיך געשטעלט אויף פרק ד' משנה י"א 'רבי אליעזר בן יעקב אומר העושה מצוה אחת קונה לו פרקליט אחד' 'מצוה אחת' מיינט מען פריה ורביה, אמונה, קריאת שמע, און מילה, און געטייטשט אויף 16 אופנים בדרך דרוש ואגדה, און געזאגט מוסר לקראת די ימי הקיץ הבעל"ט און מעורר געווען נזהר צו זיין בשמירת עינים און שמירת הברית און מיט דעם קונה זיין א פרקליט אחד צום יום הדין, און מסיים געווען בברכת קדשו. מען האט געענדיגט ארום 8:45, און דער רבי איז אריין בחדרו הפרטי.
רעוא דרעווין

צו מנחה ושל''ש דער רבי איז אריינגעקומען אין ביהמ''ד ארום 9:00. מנחה: הרה"ח ר' אברהם משה טויב הי"ו. הוצאה והכנסה: הרה"ח ר' אברהם משה היימאן הי"ו (לאנדאן). כהן: הרה"ח ר' יצחק אליקים שווארטץ הי"ו. לוי: הר"ר יושע אייזען הי"ו. שלישי: הרה"ח ר' חיים בער אדלער הי"ו. הגבה: רבינו שליט''א. גלילה: הרה"ח ר' מענדל פרענקל הי"ו.

זמירות ביי של"ס האט דער רבי מכבד געווען. אודה: הרה"ח ר' נח גפן הי"ו, שיר המעלות: הרה"ח ר' משה גאלדשטיין הי"ו.

רבינו שליט''א האט געזאגט אויפן פסוק 'ויקח קרח' און געטייטשט אז דורך דעים וואס מען געט זיך נישט תענוגי עולם הזה קען מען שעפן חיות דקדושה מכח יעקב אבינו און קיינמאל נישט נדחה ווערן פון די קדושה, יעצט בימי הקיץ דארף מען זעהן נישט נאכצולאזן גארנישט פון א גאנץ יאר און זיך גרייטן צו די הייליגע טעג.

ידיד נפש: הרה"ח ר' זושא רובין הי"ו (וומסב''ג), קל מסתתר: הרה"ח ר' חיים העללער הי"ו (וומסב''ג), דער רבי האט געבענטשט על הכוס.

מעריב מוצש''ק: הרה"ח ר' שאול לייב זאלדאן הי"ו. נאך הבדלה איז דער ציבור אריבער זאגן א גוטע וואך. מען האט געענדיגט ארום 11:15.

▫ סאטמאר'ע נייעס 🌴
👁 660