בס"ד - סאטמארע נייעסEnglish
סאטמארע נייעס סאטמארע נייעס

דינסטאגג' תמוז תשפ"ד7/9/2024

באריכט
דינסטאג פרשת חקת 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

אינדערפרי איידער תפילת שחרית איז פארגעקומען די ברית'ן:
לבן הנולד אצל ר' מענדל משה פילאפף הי"ו, ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.
לבן הנולד אצל ר' יואל וויזעל הי"ו, ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.

דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ישיבה גדולה סניף עצי חיים שיעור ג'. נאכן דאווענען האט דער רבי פארגעלערנט דעם טעגליכן תהילים שיעור אויף קאפיטל כ"א פסוק ב'.

אין די פארמיטאג שעה'ן איז דער רבי געווען אויף די וועכענטליכע באזוך אינעם בית השחיטה המהודרת.

נאכמיטאג איז דער רבי ארויף בהיכל הישיבה סניף ברך משה ווי דער רבי האט געלערנט מיט א חברותא בחדרו הפרטי. און ארום 6:15 האט דער רבי געדאווענט מנחה אין ישיבה.

פארנאכטס איז דער רבי אריינגעפארן קיין וומסב''ג צו די וועכענטליכע זמני כניסה.

ביים אנקומען אין וומסב''ג האט דער רבי מנחם אבל געווען משפחת הגה"צ רבי שמעי' גרינבוים זצ"ל בעל מחבר ספרי סייעתא דשמיא.

זמני כניסה בקו''פ איז געווען פון 8:30 ביז 11:30 אויפדערנאכט, בביתו נאוה קודש אויף היוז סט.

דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 10:00, און דערנאך ווייטער ממשיך געווען אויפנעמען דעם ציבור.

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
👁 620