בס"ד - סאטמארע נייעסEnglish
סאטמארע נייעס סאטמארע נייעס

פרייטאגי"ג תמוז תשפ"ד7/19/2024

באריכט
פרייטאג ערש''ק בלק 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ביהמ"ד נועם אלימלך ליזענסק אינאיינעם מיט ישיבה קטנה סניף אהבת התורה שע"י מוסדותינו הק' בוומסב"ג, בהנהלת הרה''ג ר' יחיאל מיכל סעקולא שליט"א. פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים.
ב"ר יואל ב"ר זכרי' ראטה הי"ו.
ב"ר אברהם בנימין זאב שפיטצער הי"ו.

נאכן דאווענען זענען אריין בחדר הפרטי תלמידי שיעור א' אינאיינעם מיטן מגי''ש נכד רבינו הרה''ג ר' יואל אשכנזי שליט"א ווי דער רבי האט פארהערט די בחורים אויף שו"ע הלכות ברכת הפירות וואס מען האט געלערנט אין די ישיבה.

דערנאך איז פארגעקומען א מסיבת לחיים בהיכל הביהמ"ד, מען האט געזינגען עטליכע ניגונים, דער רבי האט געטרינקן לחיים און אנגעוואונטשן פאר די מגידי שיעור, בר מצוה בחורים, און פאר אלע תלמידי הישיבה, און משמיע געווען דב"ק אז די בחור'ישע יארן זענען די עיקר יארן פון די לעבן און מען דארף זען צו קונה זיין א 'אהבת התורה', און ארומגערעדט דברי הדרכה, זאגענדיג אז ער הערט צוריק הערליכע גריסן פון די ישיבה, און האט מסיים געווען בברכת קדשו.
דערנאך האט דער רבי פארטיילט ספרו לב אהרן במדבר פאר אלע תלמידי הישיבה, און דערנאך אהיימשפאצירט לביתו נאוה קודש.

בביתו נאוה קודש איז אריין הרה"ח ר' אברהם בראך הי"ו מראה"ק בוומסב''ג וועלכע איז נארוואס צוריקגעקומען פון זיין באזוך אין ארה"ק בקרב קהלתינו הק' אין ירושלים און בני ברק, און האט איבערגעגעבן א באריכט פון די בוי ארבעט ביים בנין הגדול תל תלפיות דקהלתינו ומוסדותינו הק' בירושלים עיה"ק ווי מען האט די פארלאפענע וואך אנגעהויבן די פאקטישע גראב ארבעט אויפן שטח, און איבער דעם גמר הבנין פונעם בנין המפואר בית חינוך לבנות בנות ארץ ישראל שע"י מוסדותינו אין בני ברק וואס שטייט שוין ביים גמר הבנוי', דער רבי האט זיך נאכגעפרעגט אויף פארשידענע פרטים און מאציל געווען מברכות קדשו.

▫ סאטמאר'ע נייעס 🌴
👁 698