בס"ד - סאטמארע נייעסEnglish
סאטמארע נייעס סאטמארע נייעס

דאנערשטאגי"ט תמוז תשפ"ד7/25/2024

באריכט
דאנערשטאג פרשת פנחס 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

דער רבי איז אריינגעקומען אין ביהמ''ד צו תפילת שחרית ארום 8:40.
בעל תפילה: חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד ישמח משה שליט"א.
פתיחה: הגה"צ אבד''ק ראשית חכמה שליט"א, בעל קורא: ר' מאיר פאשקעס הי"ו (וומסב''ג).
כהן: הרה"ח ר' ישעי' יצחק רובין הי"ו. לוי: הרה"ח ר' נחמן דוב העללער הי"ו (וומסב''ג). שלישי: רבינו שליט"א, עס איז געקויפט געווארן דורך הרה"ח ר' משה ברוך שווארטץ הי"ו (וומסב''ג) און דער רבי האט זיך באדאנקט. הגבה: הגה"צ אבד''ק ראשית חכמה שליט"א. גלילה: הרה"ח ר' טובי' גאלדשטיין הי"ו (וומסב''ג).

נאכן דאווענען האט דער רבי אהיים שפאצירט לביתו נאוה קודש, אויפן וועג האט זיך פארמירט א שמועס איבער די מנהג פון זאגן פינף קאפיטלעך תהילים נאכן דאווענען.

שפעט נאכמיטאג האט דער רבי טעלעפאניש מיט געהאלטן אן אסיפה מיטן וועד וואס דער רבי האט ממנה געווען צו טרעפן א לעזונג פארן דירות קריזיס אין קרית יואל, דער רבי האט געהערט א באריכט פון די אנטוויקלונגן אין די לעצטע 3 טאג, אראפצוברענגן די פרייזן פון דירות צו אינטער 300 דאללאר פער סקווער פוס, און האט שטארק הנאה געהאט צו הערן איבער די פארהאנדלונגן מיט די דעוועלאפערס וואס האבן שוין געחתמ'ט אראפצוברענגן זייערע פראיעקטן צו דעם פרייז, דער רבי האט זיי געגעבן הוראות וויזוי ווייטער ממשיך צו זיין, און אויסגעדרוקט זיין האפענונג, אז די עקזעסטירענדע דעוועלאפערס וועלכע האלטן שוין אינמיטן זייערע בוי פראיעקטן זאלן אויך נאכקומען צו דעם פרייז און זיך פולקאם צושטעלן לטובת הציבור, און דער רבי האט מאציל געווען מברכת קדשו פאר די עוסקים בצרכי ציבור באמונה.

דער רבי איז אריינגעקומען צו תפילת מנחה ארום 8:55. בעל תפילה: חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד ישמח משה שליט"א, צווישן מנחה און מעריב האט דער רבי עוסק געווען בלימודו. און ביים זמן ר''ת האט מען געדאווענט מעריב, נאך מעריב האבן די געסט שלום גענומען.

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️