בס"ד - סאטמארע נייעסEnglish
סאטמארע נייעס סאטמארע נייעס

מיטוואךכ"ה תמוז תשפ"ד7/31/2024

באריכט
דינסטאג פרשת מטו"מ 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

דער רבי איז אריינגעקומען אין ביהמ''ד צו תפילת שחרית ארום 8:45. פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פארן בר מצוה בחור ב"ר יואל וויזענפעלד הי"ו (קר"י).
בעל תפילה: הרה"ח ר' יואל שלמה זאלדאן הי"ו (קר"י).
נאכן דאווענען איז פארגעקומען א לחיים מיט'ן בר מצוה בחור בהיכל הביהמ"ד.

דער רבי איז אריינגעקומען צו תפילת מנחה ארום 8:55. בעל תפילה: ר' יעקב יואל ברוינער הי"ו (קר"י). צווישן מנחה און מעריב האט דער רבי עוסק געווען בלימודו. און ביים זמן ר"ת האט מען געדאווענט מעריב, בעל תפילה: נכד רבינו הב' הבר מצוה כמר חיים צבי ני"ו בן הרב מאיר יודא אשכנזי שליט"א.

נאך מעריב איז פארגעקומען די שמחת הבר מצוה פון א אור אייניקל פון רבינו שליט"א הב' חיים צבי ני"ו בן הרב מאיר יודא אשכנזי שליט"א בן הגה"צ אב"ד אויסטילא שליט"א וחתן חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד אבני צדק שליט"א.
דער רבי האט זיך געוואשן צום סעודה בהיכל הביהמ"ד, במשך די סעודה האט מען געזינגען ניגוני שמחה וניגוני הודאה, נאך די פיש האט דער רבי געוואונטשן לחיים פארן בר מצוה בחור, און פארן גאנצן ציבור.
עס האבן אויפגעטרעטן דער טאטע הרב מאיר יודא אשכנזי שליט"א און דער זיידע הגה"צ רב דביהמ"ד אבני צדק שליט"א, און נאך די פלייש האט דער בר מצוה בחור געזאגט די פשעטיל אין די סוגיא פון המוציא תפילין און מען האט ממשיך געווען מיט ניגוני שמחה.
דערנאך האט דער רבי משמיע געווען דב"ק אויפן פסוק 'לא יחל דברו' דאס גייט ארויף אויף די שבועה וואס מען באשווערט איידער מען קומט אראפ אויף דער וועלט תהי צדיק ואל תהי רשע און דאס איז חל פון די בר מצוה ווען מען ווערט מחיוב במצוות, ארומגערעדט אז כדאי צו קענען לערנען און פארשטיין תורה דארף מען אסאך מתפלל זיין און בעטן 'ותן בלבינו בינה להבין ולהשכיל', און ממשיך געווען בדברי שבח והודאה אז מען האט די זכי' זיך צו קענען משתתף זיין ביי די שמחת הבר מצוה פון א דור רביעי קע"ה און מסיים געווען בברכת קדשו פארן בר מצוה בחור, פאר די זיידעס, און פארן גאנצן ציבור.

מיט ברכת המזון האט דער רבי מכבד געווען די בר מצוה בחור, נאכן בענטשן איז דער אנוועזענדע ציבור אריבער וואונטשן מזל טוב פאר רבינו שליט"א, מען האט געענדיגט ארום 11:10.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
👁 691