באריכט מסע הקודש פון ממשיך השלשלת לבית עצי התמרים כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א, לרגל ההילולא קדישא פונעם ראש השושילתא קדישא מרן משה איש האלוקים בעל ישמח משה זיע''א
שב''ק פרשת מטו"מ - מברכים חודש מנחם אב - שבת הילולא קדישא בעיר האבות סיגוט יצ''ו
בחרדת קודש בהתרגשות ובהתרוממות עילאה איז אפגעראכטן געווארן דער דערהויבענעם היסטארישן שב''ק מעין עולם הבא מיטן מנהיג עדת ישורון פרי עץ חיים ממשיך השלשלת הזהב לבית עצי התמרים כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א, באותו מקום שהתפללו בו אבותיו - רבותינו הקדושים צדיקי בית סיגוט דור אחר דור זיע''א, אינאיינעם מיט הונדערטער אנ''ש פון די וועלט וואס האבן געהאט די זכיה מיטצוהאלטן דעי געהויבענע מאמענטן וואס וועט זיי באגלייטן אויף לאנגע יארן.
אין אומר ואין דברים נאכן מיטלעבן דעם דערהויבענעם שב''ק. עס איז נישט דא קיין ווערטער ארויסצוגעבן די געהויבענע געפילען פון די הונדערטער משתתפי הנסיעה, פארט וועלן מיר פראובירן לתועלת הציבור פון די טויזענטער אנ''ש צו באריכטן די בלויזע געשעהנישן און כיבודים וואס זענען פארלאפן דורכאויס דעם שבת בצל הקודש.
דער פראכטפולער ביהמ''ד הגדול עצי התמרים איז געווארן מייסטערהאפטיג אויסגעשטעלט מיט די הונדערטער פלעצער צוזאם געשטיפט, מיט פלאטפארמע'ס אויף ביידע זייטן אויף א ספעציעלע אופן אז יעדער אהן קיין אויסנאם זאל קענען זיצן און מיט האלטן פון אלע זייטן פונעם היכל, וואס איז טאקע געווען פול עד אפס מקום.
אויף יעדענס פלאץ איז געווען צוגעגרייט א הערליכע סידור, זמירות, מיט ספעציעלע חלה דעקלך וכדו'.
אלע פלעצער זענען אויסגעטיילט געווארן מיט ספעציעלע קארטלך דורך די עסקנים נאך פארן דאווענען אין ביהמ''ד, ולא אמר אדם צר לי המקום יעדער איז געווען מסודר איז על מחנהו ואיש על דגלו.
אויפ'ן אויבנאן האבן באשיינט פולע רבני קהלתינו הק' טייל פון די בני וחתני רבינו שליט"א, און דער היכל הביהמ"ד איז געווען פול געשטאפט מיט הונדערטער אנשי שלומינו וועלכע זענען געקומען פון נאנט און פון ווייט מיטצוהאלטן דעם דערהויבענעם שבת הילולא בצל הקודש.
ערש"ק נאכמיטאג איידער דער רבי איז געגאנגן אין די מקוה, איז אריין בקו"פ עטליכע פון די חברי המערכת פונעם 'משולחן מלכים' אינעם גליון קול התאחדותינו שע"י כולל עצי חיים אין בני ברק, דער רבי האט זייער משבח געווען די ארבייט וואס ווערט אריינגעלייגט אינעם גליון, פון וואס טויזענטער אידן מאנשי שלומינו בפרט און חסידים ואנשי מעשה פון אלע שיכטן און קרייזן בכלל, זענען נהנה מדי שבוע בשבוע. דער רבי האט געגעבן עטליכע הוראות און הערות און מאציל געווען מברכת קדשו.
ארום 8:20 - צוואנציג מינוט פארן זמן הדלקה"נ - האט דער רבי געצינדן די נרות שבת בהיכל הביהמ"ד מיט א ברכה.
פאר תפילת מנחה האט אויפגעטרעטן הגה"צ אב"ד סיגוט שליט"א מיט ווארימע דברי הכנה צום געהויבענעם שב''ק.
פרייטאג צונאכטס ארום 9:20 איז דער רבי אריינגעקומען אין ביהמ''ד מעוטף בטליתו און צוגעגאנגען צו מנחה און אנגעהויבן בקול רם ובאש קודש 'הודו לה' כי טוב', און גאר שטארק מאריך געווען ביי שמו''ע און חזרת הש"ץ בבכיות נוראות, ווען ער האט מערערע מאל זיך געשטיקט פון געוויין פאר עטליכע מינוט. מען האט געענדיגט מנחה נאך 10:00.
קבלת שבת האט דער רבי צוגעשיקט חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד אהל פיגא שליט"א, און דערמאנט פארצוזאגן מזמור לדוד הבו לה' פסוק בפסוק כמנהג המקום ק"ק סיגוט.
במשך אלע תפילות האט דער רבי געזאגט די קדישים לרגל די הילולא קדישא. מען האט געענדיגט דאווענען ארום 11:00.
נאכן דאווענען האט דער רבי געוואונטשן גוט שבת פאר די רבנים ודיינים אויפן אויבנאן און דערנאך אראפ לביתו נאוה קודש ווי דער גאנצער ציבור איז אריבער זאגן גוט שבת און שלום נעמען, ובמאור פנים האט דער רבי צוריק געוואונטשן ברכת גוט שבת.
הגה''צ ר' מאיר צוויבל שליט"א מרבני קהלתינו הק' בוומסב''ג האט אויפגעטרעטן מיט א דרשה בגודל קדושת המקום והזמן - אינעם היכל השלחנות - אין די זעלבע צייט האבן די געטרייע עסקנים בליץ שנעל אויסגערישט דעם היכל הביהמ"ד פאר די סעודה ועריכת שולחן הטהור.
בקו"פ איז אריין הגה"צ אבד"ק לאנדאן מיט די הנהלת הישיבה גדולה שע"י מוסדותינו הק' אין לאנדאן, אינאיינעם מיטן נייעם מנהל הישיבה הרה"ג ר' אברהם שלמה פאדווא שליט"א, ווי דער רבי האט אויסגעפרעגט פארשידענע פרטים איבער די פלענער צום נייעם זמן און האט מאציל געווען מברכת קדשו.
סעודתא דחקל תפוחין קדישין
ארום 11:50 איז רבינו שליט''א אריינגעקומען צום שולחן הטהור בהיכל הביהמ"ד, וואס איז אפגעראכטן געווארן אויף א גאר געהויבענעם פארנעם בהתרוממות והתרגשות עד אין שיעור, דער רבי האט כדרכו בקודש אנגעהויבן שלום עליכם מיט א התרגשות דקדושה און א געוואלדיגע נעימות.
אשת חיל: נכד רבינו הב' ישכר בער טייטלבוים ני"ו בן חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד ברך משה שליט"א, דער רבי האט קידוש געמאכט באש להבת שלהבת, און מוציא געווען דעם גאנצן ציבור.
במשך דעם טיש האט מען געזינגען מערערע ניגונים בשירות ותשבחות בהתרוממות הנפש, אנגעפירט דורך הר''ר עמרם אקער הי''ו יו''ר המשוררים.
מיט די זמירות האט רבינו שליט''א מכבד געווען נכדי בעל ההילולא. כל מקדש: נכדו הרב אלעזר טייטלבוים שליט"א (לאנדאן) בן הגה"צ אבד''ק וומסב''ג שליט"א , מנוחה ושמחה: הרב נפתלי בן הרה"ג ר' יואל העניך הורוויץ שליט"א (לאנדאן).
רבינו שליט''א האט געזאגט תורה אויפן די מסורה 'נחנו נעבור חלוצים' און געטייטשט במשנתו פונעם בעל הילולא זיע''א בדרך דרוש אין די סוגיא פון דרשינן טעמא דקרא.
קה אכסוף: נכד רבינו הרב אשר אנשיל אשכנזי שליט"א (מאנטשעסטער) בן חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד אבני צדק שליט"א, ברכת המזון: הגה"צ רב דקהלתינו ב''פ 15 שליט"א.
עובדות וסיפורים האט דער רבי דערציילט פון זקינו בעל ההילולא מרנא ורבנא הגה"ק הישמח משה זיע''א, קה רבון עלם: הרב חיים מאיר טייטלבוים שליט"א (ב"פ).
פון די פירות האט דער רבי פארטיילט שיריים פאר די קינדער.
דערנאך האט מען אריינגעברענגט בונדלעך לרגל די שמחת השלום זכר פון נכד רבינו בן הנולד אצל הרב ברוך רוקח שליט"א חתן חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד אהל פיגא שליט"א, מען האט געזינגען ניגוני שמחה, דער רבי האט טועם געווען און פארטיילט שיריים פאר די בני המשפחה און פאר אנדערע אנשי שלומינו לרגל שמחות נכדיהם הנולדים להם למז"ט.
אז ביום השביעי: הר"ר יעקב שלמה רובינפעלד שליט"א (קר"י) מו"ל ספר אוצרות ודרכי ישמח משה. מען האט געענדיגט ארום 2:50.
וביום השבת קודש
שבת קודש אינדערפרי פאר תפילת שחרית האט אויפגעטרעטן מיט א שיעור במשנתו של בעל ההילולא, נכד רבינו הרה"ג ר' זלמן טייטלבוים שליט"א רב דביהמ"ד בית מנחם זאב בקר"י.
דער רבי איז אריינגעקומען צום דאווענען ארום 10:15. ברכות: נכדו הרב דוד טייטלבוים שליט"א בן הגה"צ אב"ד סיגוט שליט"א, פסוקי דזמרה: הרב חיים בן הגה''צ ר' אברהם מאיר האלבערשטאם שליט"א (ב"פ). מען האט פארגעזאגט הלל הגדול און די שירת הים פסוק בפסוק כמנהג המקום ק"ק סיגוט.
רבינו שליט''א האט יורד געווען לפני התיבה צו שחרית בהשתפכות הנפש ובהתעוררות רב, בפרט ביי אהבה רבה און ביי ממקומך בבכיות עצומות.
פארן ליינען האט הרה"ח ר' שלמה הערש בר"ד עקשטיין הי"ו מעסקני השוהל הויף, פארקויפט די עליות און כיבודים ביי די ס"ת, וואס האבן זיך פארקויפט פאר ריזיגע סכומים פארן שוהל הויף.
הוצאה והכנסה: הרה"ח ר' יעקב זוסמאן סופר הי"ו (קר"י), פסוקי שמע ישראל: הרה"ג ר' מאיר וויינבערגער שליט"א מו"ץ בקהלתינו הק' אנטווערפן.
בעל קורא: הגה"צ רב דביהמ"ד בית ברוך שליט"א.
עליות זענען געקויפט געווארן פאר די פאלגענדע. כהן: משב''ק הרה"ח ר' שמואל הכהן פריעדמאן הי"ו. לוי: הרה"ח ר' משה יצחק רייזמאן הי"ו (קר"י). שלישי: הגה"צ רב דקהלתינו ב"פ 15 שליט"א. רביעי: הרה"ח ר' מאיר הירש הי"ו (קר"י). חמישי: הרה"ח ר' מאיר יעקב אינדיג הי"ו (קר"י). שישי: רבינו שליט''א - דעם רבינ'ס עלי' איז געקויפט געווארן דורך הרה"ח ר' אברהם ווידער הי"ו, דער רבי האט זיך באדאנקט און געהייסן מאכן א מי שברך. שביעי: הרה"ח ר' אהרן צבי מיטטעלמאן הי"ו (ב"פ). אחרון - חזק: הרה"ח ר' מאיר ווערטהיימער הי"ו (קר"י). מפטיר: הרה"ח ר' ישראל וויינשטאק הי"ו (ב"פ). הגבה: הרה"ח ר' שמחה שלמה יצחק ב"ר ישראל וויינשטאק הי"ו (ב"פ). גלילה: הרה"ח ר' חיים הערש אבערלענדער הי"ו (קר"י).
נאכן ליינען האט רבינו שליט"א ראש חודש געבענטשט מיט גרויס התעורורות, און הרה"ח ר' חיים לעווי הי"ו (וויען) איז מכובד געווארן איבערצונעמען די ספר תורה נאכן ר"ח בענטשן.
צו תפילת מוסף איז דער רבי צוגעגאנגען לרגל די הילולא קדישא, פתיחה צו אנעים זמירות: הר"ר ישראל ישכר לעוו שליט"א (אנטווערפן). מען האט געענדיגט ארום 1:50.
דער רבי איז אראפ לביתו נאוה קודש און קידוש געמאכט פריוואט אינאיינעם מיט די בני המשפחה.
ביים קידוש לכל הקהל הקודש האט אויפגעטרעטן הגה''צ ר' נפתלי הירצקא צוויבל שליט"א ראה"כ וומסב''ג מיט סיפורים ועובדות פונעם בעל הילולא זיע''א.
סעודתא דעתיקא קדישא
ווי נאר דאס ביהמ"ד איז אויסגעשטעלט געווארן פאר די סעודה האט דער גאנצער ציבור זיך געוואשן צום סעודה, עס האט אויפגעטרעטן הרה"ג ר' ליפא טייטלבוים שליט"א מו"ץ בקהלתינו הק' באנטווערפן מיט א בליציגע דרשה.
ארום 2:40 איז דער רבי אריינגעקומען צום מיטאג טיש בהיכל הביהמ"ד, דער רבי האט זיך געוואשן צום סעודה און הרה"ג ר' ליפא טייטלבוים שליט"א האט ממשיך געווען מיט זיין דרשה.
כמעשהו בראשונה איז די סעודה אפגעראכטן געווארן בצוותא חדא אויף א דערהויבענעם פארנעם, מען האט מאריך געווען בשירות ותשבחות, און ניגוני גלות וגאולה וואו דער רבי האט מוריד געווען דמעות בצפייה לגאולה.
נאך די אייער צוויבל האט דער רבי געזינגען חי ה', און פארענדיגט מיט די תנועה פון 'גלות גלות' כנהוג.
מיט די זמירות האט דער רבי מכבד געווען די חברי הוועד וואס דער רבי האט ממנה געווען צו טרעפן א לעזונג צו שאפן ביליגע דירות אין קר"י. ברוך ה' יום יום: הרה"ח ר' יואל בערנאטה הי"ו. ברוך קל עליון: הרה"ח ר' חיים שלמה קרויס הי"ו. יום זה מכובד: הרה"ח ר' גדלי סעגעדין הי"ו ווילידזש אדמיניסטראטער.
רבינו שליט''א האט געזאגט תורה אויף די מסורה 'נחנו נעבור חלוצים' און געטייטשט במשנתו פונעם בעל הילולא זיע''א און רבותינו לבית עצי התמרים זיע''א בדרך דרוש אין די סוגיא פון יש אם למקרא או למסורת.
מיט ברכת המזון האט דער רבי מכבד געווען הגה"צ אבד''ק לאנדאן שליט"א. מען האט געענדיגט ארום 4:30.
ארום 7:30 נאכמיטאג האט הגה"צ אבד''ק וומסב''ג שליט"א פארגעלערנט פרקי אבות בהיכל הביהמ"ד, במשנתו פונעם בעל הילולא, די גרויסע כח פון די צדיקים אפילו זיי זענען שוין בעולם הבא, וגדולים צדיקים במיתתן יותר מבחייהן.
תיכף נאך פרק האט זיך געשטעלט א מנין מנחה אין ביהמ"ד.
רעוא דרעווין
צו מנחה ושל''ש איז דער רבי אריינגעקומען אין ביהמ''ד ארום 9:05. מנחה: הר"ר יואל אשר ווידער שליט"א (קר"י). די עליות און כיבודים זענען פארקויפט געווארן: הוצאה והכנסה: הרה"ח ר' משה גאלדשטיין הי"ו (קר"י). בעל קורא: ר' מאיר ב"ר יעקב שרייבער הי"ו (לאנדאן).
כהן: הרה"ח ר' אברהם יושע גלאנץ הי"ו (קר"י) לוי: הרב אשר ישעי' הורוויץ הי"ו יו''ר השוהל הויף. שלישי: הרה"ח ר' אברהם ווידער הי"ו (קר"י). הגבה: רבינו שליט''א. גלילה: הרה"ג ר' יצחק שלום פריעדמאן שליט"א מו"ץ בקר"י.
און דער רבי האט זיך באדאנקט פאר הרה"ח ר' יואל מיטטעלמאן הי"ו (קר"י) וואס האט געקויפט די עליות וכיבודים.
ביי של''ש האט דער רבי טועם געווען מילכיגס כנהוג איין וואך אין די ימי בין המצרים, דער רבי האט אויסגעשמועסט און ארומגערעדט איבער די מנהג ביי צדיקי בית סיגוט און צאנז און דערנאך ארויף געשמירט פוטער אויף די חלה און געטרינקן א קאווע.
מיט די זמירות האט דער רבי מכבד געווען. אודה: הרה"ח ר' משה ארי' פריינד הי"ו מראה"ק לאנדאן - מען האט געזינגען אויפן ניגון פון "היה עם פיפיות" פון מרן הגה''ק העצי חיים זיע''א, שיר המעלות: הרה"ח ר' אברהם ווידער הי"ו.
רבינו שליט''א האט געזאגט תורה אויפן פסוק 'לא יחל דברו' ובקול דמעות געטייטשט אז די כח תפילת הצדיקים גייט אויף אייביג און מיט זייער זכות קען מען היינט געהאלפן ווערן, און ארומגערעדט א לענגערער צייט בגודל קדושת המקום ווי רבותינו הק' האבן משמש געווען ברבנות און זענען ווייטער דא מתפלל צו פוילן ישועות, דער זיידע דער ישמח משה בענטשט ברכת כהנים אלע וואס קומען צום ציון, עס כאפט א אימה ופחד ווען מען טראכט לפני מי אתה נכנס, מען גייט אריין אין די ד' אמות מקום מנוחתם, מען הייבט אהן אריין טראכטן גודל קדושתם וכוחתם זיי האבן געשיינט אן אור בהיר בשחקים פאר טויזנטער אידן, מ'קוקט זיך אהן מה אני מה חיי, אני רימה ותולעה, בוש אני מחטאי, און מעורר געווען זיך מקבל זיין קבלות טובות דא אין דעם מקום ווי אבותי הק' האבן מעורר געווען אידישע קינדער צו תשובה איז מסוגל מ'זאל זיך מקבל זיין קבלות טובות זיך צו, מען בעט פונעם זיידן דער ישמח משה לא יחל דברו לא יעשה דבריו חולין די הבטחה אז ער וועט אויספויעלן די ישועה שלימה, און מסיים געווען ברוב ברכות.
נאך די תורה האט מען געזינגען עטליכע ניגוני התעוררות, ידיד נפש: הרה"ח ר' ישראל וויינשטאק הי"ו (ב"פ). קל מסתתר: הרה"ח ר' מאיר הירש הי"ו (קר"י). דער רבי האט געבענטשט על הכוס.
מעריב מוצש''ק: הרה"ח ר' ישראל וויינשטאק הי"ו. נאך הבדלה האט דער רבי געוואונטשן א גוטע וואך פארן גאנצן ציבור צוזאמען. מען האט געענדיגט ארום 11:40.
ארום 12:30 איז געווען זמני כניסה בקו''פ בביתו נאוה קודש באותו מקום שעמד ביתו נאוה קודש פון רבותינו הק' ומשם יוצאת ישועות רבות למשיכימים לפתחו ולכל בני ישראל, ווי הונדערטער אנשי שלומינו זענען אריין בפתקא ובפדיון מקבל זיין ברכת הקודש און איבערגעבן די קוויטלעך להפקד בדבר ישועה ורחמים, וואס דער רבי האט מיטגענומען און אראפגעלייגט על ציון קדשו פון זקינו הגה''ק הישמח משה זיע''א.
בעת די זמני כניסה איז פארגעקומען א מעמד חתימת שטרות פארן היכל התורה 'היכל לב אהרן' דקהלתינו הק' אין מאנטשעסטער ווי הרה"ח ר' משה ארי' פריינד הי"ו סגן ראה"ק בלאנדאן האט אפגעקויפט א זכות פון די ספרי ההיכל, און הרה"ח ר' אליעזר לעוו הי"ו האט אפגעקויפט די זכות פון די חדר השיעורים און דער רבי האט עס קורא שם געווען 'דמשק אליעזר' ע"ש הנדבן, דער רבי האט אונטערגעשריבן די שטרות אינאיינעם מיט די נדבנים און מאציל געווען מפאר די נדבנים ובני משפחתם און פאר די עסקני ההיכל.
אזוי אויך איז פארגעקומען א חתימת שטרות ווי הרה"ח ר' יצחק פרנס הי"ו האָט אפגעקויפט א זכות אינעם שוהל הויף, און דער רבי האט אים מאציל געווען מברכת קדשו
ארום 1:50 האט רבינו שליט''א פארלאזט דעם עיר האבות סיגוט מיטנעמענדיג הויפענעס מיט ישועות ורפואות.
פון סיגוט האט מען זיך ארויסגעלאזט צום שטאט אוהעל אין אונגארן, מקום מנוחת קדשו פונעם ראש השושילתא קדישא רבינו משה איש האלוקים מרן הישמח משה זיע''א.
אינמיטן וועג האט זיך רבינו שליט''א אפגעשטעלט אין די שטאט טשענגער.
צום ערשט האט דער רבי קובע מזוזה געווען אינעם בנין הכנסת אורחים אין שטאט טשענגער, און דערנאך האט דער רבי גענעכטיגט פאר קורצע 3 שעה.
אינדערפרי אום 7:30 איז דער רבי געגאנגען אין מקוה, און דערנאך קובע מזוזה געווען אינעם נייעם בנין הביהמ"ד.
דערנאך האט דער רבי אריבער שפאצירט צום בית החיים ווי דער רבי האט פוקד געווען די ציון פון הרה"ק בעל מנוחת אשר מטשענגער זצ"ל, דער רבי האט געצינדן 5 ליכט און פארגעזאגט 5 קאפיטלעך פון צ' ביז צ''ה, און דערנאך ממשיך געווען א וועג פון צוויי שעה קיין אוהעל.
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️