ליל כ"ו אב הילולא קדישא פון רביה"ק בעל דברי יואל זיע''א 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א
ארום 9:00 איז דער רבי אריינגעקומען צו תפילת מעריב בבית מדרשו פונעם בעל הילולא ביהמ''ד הגדול דקרית יואל, דער רבי האט געצינדן 5 ליכט און יורד געווען לפני התיבה לרגל די הילולא קדישא.
נאך מעריב איז דער רבי ארויף אויפן בימת הכבוד צו די צענטראלע סעודת הילולא פונעם בעל הילולא זיע''א, במעמד אלופי אלפי ישראל וועלכע האבן איבערגעפילט דעם ריזן ביהמ''ד הגדול מקצה אל הקצה מיט אלע אירע פליגלען און היכלים, ווי אויך איז ספעציעל געעפענט געווארן די גאלעריע אויף מעריב זייט צו קענען אקאמאדירן די טויזענטער אנ''ש.
דער רבי האט זיך געוואשן צו די סעודה און מאריך געווען שלחנו הטהור, און דאן געמאכט דעם סיום הש"ס וששה סדרי משנה וואס איז געלערנט געווארן דורך די חברה ש"ס דקהלתינו הק' און דערנאך געזאגט דעם הדרן און קדיש, ביי די לחיים נאך די פיש האט דער רבי געווינטשן 'זכותו יגן עלינו ועל כל ישראל'.
במשך דעם טיש האט מען געזינגען ניגוני דביקות וגעגועין וואס מען פלעגט זינגען בבית מדרשו פונעם בעל ההילולא. מיט מכתם לדוד האט רבינו שליט"א מכבד געווען הגה"צ ר' חיים יוסף ווערצבערגער שליט"א אב''ד הוניאד קר''י.
ארום 10:30 האט רבינו שליט"א אנגעהויבן די דברות קודש, דברי חיזוק ומוסר, וחובת השעה בדברים העומדים על הפרק, דער רבי האט זיך געשטעלט אויפן פסוק 'ראה אנכי נותן לפניכם היום ברכה' און געטיישטש במשנתו פונעם בעל הילולא, א יארצייט פון א צדיק איז א חתונה, הקב"ה געבט דרשה געשאנק פאר צדיקים צו קענען משפיע זיין ביומא דהילולא שלהם בני חי' ומזוני פאר זייערע תלמידים, און ארומגערעדט בגדלותו וצדקתו אין אלע הינזיכטן, און די פעולות לרוב וואס רביה"ק האט אויפגעטוהן אלעס מרים צו זיין כבוד שמים, מרביץ תורה געווען לאלפים, אויפגעשטעלט די מוסדות התורה און אלע אפטיילונגען, זיין מלחמה קעגן דעם נגע הציונות בכל פרטיה און נישט נהנה זיין פון זייערע געלטער פאר די מוסדות התורה, אויפגעשטעלט מוסד הק' קרן הצלה, זיינע ווארימע דרשות דברים חוצבים ודברי מוסר והדרכה, זיינע געוואלדיגע צדקות וחסד, געווען א אב הרחמים פאר יעדע לב נשבר, זיינע פילע פעולות בעניני צניעות און ארויסגעברענגט לשבח פון די נייע ספעציעלע מלבושי צניעות פאר די תלמידות בית רחל.
דער רבי האט ממשיך געווען מיט די פעולות פון רביה"ק זיע''א מייסד העיר קרית יואל אויפצושטעלן דעם שטאט מיט א קדושה און הנהגה רוחני, די אחריות וואס ליגט אויף די תושבי קרית יואל מיט אלע אירע שכונות און געגענטער זיך צו פירן בדרכיו בעניני השקפה ובשיטתו הק', אלע גלילות און געגענטער ווי קר''י פארשפרייט זיך איז נאר פאר זיינע חסידים און תלמידים וואס גייען אין זיין השקפה ובשיטתו הק' ולאורו הבהיר.
עס ליגט א פליכט ממשיך צו זיין די מלחמה מיט די עצם רעין הציוני, און איבער די גזירה העברה על הדת פון גיוס בני ישיבות, אונז זעמיר מחזק די בני ישיבות מריחוק מקום 'חזקו ואמצו ה' עמכם אין די גרויסע מלחמה און חלילה צו מאכן פשרות בנוגע דעם ענין'.
דאס יהדות החרדית דא אין אונזער מדינה דארף קומען צו הילף אחינו בני ישראל בארה''ק 'אין כוחינו אלא בפה קובע זיין אז יום תפילה ועצרת מחאה', זיך צוזאמנעמען ברוב עם בתפילה ובתחנונים לקל חי להעביר רוע הגזירה, אי"ה דעם זונטאג נצבים וילך הבעל"ט, און מען בעט פון אלע מנהיגים פון אלע קהילות קדושות אין דעי מדינה מען זאל זיך צושטעלן צו דעם יום תפילה און דאס וועט זיין א שטארקע חיזוק פאר תושבי ארה"ק און א גרויסע מחאה קעגן די רשעי ישראל, און הקב"ה וועט זיכער צוהערן אונזערע תפילות און מבטל זיין די ביטערע גזירה, אזוי אויך איינרייסן ביי די יום תפילה פאר די ביטערע גזירת החינוך דא אין ניו יארק ווי עס איז מקיום געווארן די מאמר חז"ל 'אם גבירה לוקה שפחה לא כ"ש', און מען בעט פון אלע עסקנים וואס זענען עוסק אין דעם ענין, זאלן האלטן פאר די אויגן מען טאר נישט מאכן קיין שום פשרה בנוגע די
חינוך! נאר מען דארף קעמפן בעוז ובגבורה און הקב"ה וועט שוין העלפן.
דער רבי האט ממשיך געווען איבער אונזער הייליגע ירושה פונעם בעל הילולא רביה"ק זיע''א וואס איז 3 חלקים.
דאס ערשטע זיינע הייליגע ספרים בכל מקצועות התורה, חידושים, דרושים, ביאורים אויף השקפה ודיעות פאר יעדעם איינעם.
די צווייטע איז די מוסדות התורה בכל אתר ואתר ובפרט די ישיבה גדולה וואס רצון פון רביה"ק זיע''א איז געווען דאס ארויסצוברענגען מחוץ לעיר און וואס רביה''ק בעל ברך משה זיע''א האט אויסגעפירט רצון קדשו און האט דאס טאקע ארויסגעברענגט קיין קר''י, און ארומגערעדט בשבח פון די ישיבה, און שטארק ארומגערעדט איבער נישט אוועקשיקן די בחורים אין פרעמדע ישיבות וואס מען קומט צום סוף אן קיין ארץ ישראל, ואיזהו חכם הרואה את הנולד.
דער דריטער חלק פון די ירושה איז די הייליגע שטאט קרית יואל וואס רביה"ק זיע''א האט אויפגעשטעלט מיט אסאך יגיעה און עס וואוינען שוין היינט צוטאגס אין קר"י אריבער אכט טויזענט משפחות כ"י! רובם ככולם פירן זיך אויף ווי עס פאסט און ברענגען אים א נחת רוח, און דער רבי האט ממשיך געווען "חבלים נפלי ל"י בנעימים שוין פערציג יאר וואס כ'האב ב"ה די זכי' צו זיין א שומר הגחלת דאהי אין קרית יואל בשלוחת פון טאטן ז"ל אין ביידע בחינות פון סור מרע ועשה טובה. מרים צו זיין כבוד תורה אין קר"י בכל ענינים, קביעות עתים לתורה, חינוך הבנים והבנות בכמות ובאיכות, דער כח התפילה, כשרות און נאך פילע ענינים, 'זה ל"י ארבעים שנה' וואס כ'בין א שליח פונעם טאטן ז"ל דא אין קר''י, עס איז דא ב"ה אן עלי' גדולה אין יעדן דבר שבקדושה, קר''י איז בליעה"ר אין דגמתו בכל העולם, ובקול חינוק בדמעות געזאגט איך בין זיכער דער פעטער ז''ל זיע''א וועט מיר מחזיק טובה זיין אויף די כוחות און די ארבעט להגדיל תורה ולהאדירה אזויווי זיין הייליגער רצון איז געווען.
עכ''ז פאר די אלע וואס פרובירן צו צוברעכן דעם כח הקדושה דא אין די שטאט זיי זענען די שלוחים פונעם שטן, דער כח און זכות של אותו זקן איז מגין אויף די שטאט וימין ה' עושה חיל בעזר שמו יתברך.
א חלק פון די שמירה אויף די שטאט איז דער מצב פון קויפן צי דינגען א דירה, דער רבי האט מאריך געווען סיי איבער די הקפדה וואס דער מייסד העיר זיע''א האט געהאט אויף די יחידים וואס האבן געקויפט שטחים, איבער די שרעקליכע פרייזן וואס מען בעט אין אנדערע פלעצער, עד כדי כך אז א איד האט נעכטן געפרעגט דעם רבי'ן וועגן א דירה פון 7 אהאלב טויזנט דאלאר א חודש רענט אין ברוקלין(!)..., און די וואס זענען מייקר השער אין קרית יואל קענען האבן אן אפעטיט ס'זאל נאך אנקומען ביז אהין ח"ו, און יעצט איז שוין דא ווער עס בעט ביים קויפן א דירה אזויפיל ווי $600 א סקווער פיס, דאס איז בניגוד צום רצון פונעם מייסד העיר קרית יואל, און אן עולה נוראה צו תושבי קרית יואל.
דער רבי ארויסגעברענגט אז אין די לעצטע צייט האט מען אדורכגעטון די קאסטן פון בויען, און גערעדט מיט די בויערס, און מען איז געקומען צו די הכרה אז אפילו פאר 300 א סקווער פיס מאכט מען שוין אסאך געלט, מען טאר נישט מייקר זיין דעם שער, נישט פון קרקעות, און נישט פון א דירה.
דעריבער האט מען מסדר געווען אז די הנהלת קרית יואל וועט יעצט געבן פרישע פערמיט'ס נאר פאר די וואס ווילן בויען פאר דעם פרייז פון 300 א סקווער פיס, דעוועלאפער מוזן טאקע פארדינען שיין פאר די שווערע כוחות, געלט, צייט, אבער עס מוז זיין מיט א מאס!
דאן האט דער רבי מבשר געווען די בשורה טובה פון 2 פראַיעקטן פון 2,000 ביליגע דירות אין קרית יואל, פון בלויז 300 א סקווער פיס!
דער רבי האט דערמאנט בשבח פון הרבני הנגיד ר' עקיבא הערש קליין הי''ו וואס האט אין שכונת ויואל משה געבויט פאר גאר גוטע פרייזן, און אפילו שפעטער ווען אנדערע האבן צוגעבעטן געלט, האט ער געהאלטן ווארט און גארנישט צוגעבעטן, אבער יעצט ווען די פרייז איז שוין געווען העכער, איז דאס נישט געפאלן אונטער די נייע תקנה וויבאלד ער האט שוין אלע פערמיטס, 'אבער איך האב אים געבעטן, און ער האט מרצונו הטוב מסכים געווען!' און ער גייט פארקויפן די איבריגע 1,000 דירות פאר בלויז 300 א סקווער פיס!, דער רבי האט צוגעלייגט אז דאס איז בתנאי אז ס'איז נאר אויב דער לוקח קויפט 'צום וואוינען' אבער נישט צו אינוועסטירן, און אויב איינער האט שוין א דירה, און ער וויל קויפן א נייע, וועט ער נאר באקומען דעם פרייז אויב ער פארקויפט זיין פריערדיגע דירה אויך פאר די זעלבע נידריגע פרייז, ווער עס ווייסט די פרייזן פון די דירות אין גאס קען באגרייפן פון וויפיל מיליאנען מ'רעדט דא, טויזענט דירות! דער פעטער ז"ל וועט אים באצאלן כמעשהו הטוב, און פארדינען אויף אנדערע מסחרים בכפלים!
באַזונדער וועט הנהלת קרית יואל פארקויפן שטחים אין די 'קאַרלסבורג שטח' צו בויען נאך 1000 דירות פאר ווער עס איז גרייט צו בויען פאר דעם ביליגן פרייז פון 300 א סקווער פיס.
דאס אלעס איז אויסער די אנדערע בויערס וואס זענען זיך שוין מצטרף צו די תקנת העיר, אזוי אויך איז די הנהלת העיר עוסק מוסיף צו זיין פרישע שטחים צום שטאט, ווער ס'האט קרקעות קען זיך מצרף זיין צו קרית יואל, אבער נאר בתנאי ער וועט בעטן א ביליגע פרייז פאר די דירות, דער רבי האט מסביר געווען בטוטו"ד אז די ווערד פון די קרקע גייט ארויף דורך דעם וואס עס ווערט א חלק פון קרית יואל, די תושבי העיר זענען די וואס ברענגען ארויף די ווערד, און ס'איז נישט יושר אז אויף זייער חשבון זאל איין יחיד פארדינען מער ווי נארמאל, עס איז דא א וועד בעלי בתים נכבדים וואס זענען עוסק בנאמנות אין די ענינים, ווער עס וויל מ'זאל אים איינשליסן זאל זיך ווענדן און פארהאנדלען מיטן וועד בעלי בתים, החכם עיניו בראשו נישט פארכאפט צו ווערן אין א בהלה, אפילו ווען מען קויפט פון א יחיד זאל מען נישט איבערצאלן מער ווי 300 א ס"פ, ס'וועט בעז"ה זיין דירות לרוב די והותר.
ביים סוף האט דער רבי האט דערמאנט אז אזוי ווי ביי די פריערדיגע ימים טובים האט מען איינגעפירט צו לערנען א חסידיש ספר זיך צו צוגרייטן צום יו"ט, די זעלבע יעצט לכבוד די קומענדיגע ימים טובים הבעל"ט וועט מען בעז"ה לערנען ספר בני יששכר די מאמרים אויף חודש תשרי אלץ א ריכטיגס הכנה צו די גרויסע טעג, און מסיים געווען ברוב ברכות פארן גאנצן ציבור.
נאך די דב''ק האט רבינו שליט"א געבענטשט אויפן כוס. מען האט געענדיגט ארום 11:40.
פרייטאג ערש''ק ראה יומדהל''ק
אינדערפרי איידער תפילת שחרית איז פארגעקומען א ברית לבן הנולד אצל ר' יעקב טעלער הי"ו (וומסב''ג), ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.
רבינו שליט"א האט געדאווענט תפילת שחרית בבנין ישיבה על קברו היכל המתיבתא סניף דברי יואל אינאיינעם מיט א גרויסן ציבור אנ''ש און תלמידי המתיבתא. פארן דאווענען האט דער רבי תפילין געלייגט פאר די בר מצוה בחורים.
ב"ר אשר צבי יואל גאנץ הי"ו.
ב"ר עזריאל שעהר הי"ו.
ב"ר חיים הערש גאלדבערגער הי"ו.
ב"ר אהרן זילבערשטיין הי"ו.
ב"ר יואל רעטעק הי"ו.
ב"ר יוסף יושע גאלדבערגער הי"ו.
ב"ר יושע פערלשטיין הי"ו.
דערנאך האט רבינו שליט''א געצינדן 5 ליכט און יורד געווען לפני התיבה בהשתפכות הנפש.
נאך שחרית האט זיך דער רבי באגריסט מיט אחיו הגה"צ רב דקהלתינו ב''פ 15 שליט"א און אנגעוואונטשן לרגל די שמחת הפדיון הבן פון א אייניקל וואס איז פארגעקומען נעכטן אויפדערנאכט אין ב"פ.
נאך עטליכע מינוט ארום 11:55 איז רבינו שליט''א אריינגעקומען צום מסיבת לחיים לפני עלי' לציון הק' ברוב עם הדרת מלך, דער רבי האט געמאכט די סיום ששה סדרי משנה וואס איז געלערנט געווארן דורך די תלמידי המתיבתא און געזאגט קדיש, מען האט געזינגען נגוני התעוררות, דער רבי האט געטרינקן לחיים און אנגעווינטשן פאר די בר מצוה בחורים און פארן גאנצן ציבור.
רבינו שליט''א האט משמיע געווען דברות קודש, הכנה והתעוררות איידערן פוקד זיין דעם ציון הקדוש, ביי מתן תורה האט משה רבינו באקומען די כח פון צדיק גוזר והקב"ה מקיים און דאס איז נמשך געווארן ביי אלע שפעטערדיגע צדיקים און מיט דעם כח קען רביה"ק בעל הילולא זיע''א משפיע זיין כל טוב פאר יעדעם איינעם, און מסיים געווען מיט ווארעמע ברכת קודש פארן גאנצן ציבור.
נאכן מסיבת לחיים ארום 12:15 איז רבינו שליט"א ארויף צום ציון המצויינת, אינאיינעם מיט אלפי אנ''ש און די תלמידי המתיבתא.
היים אנקומען אין ביה''ח האט דער רבי געמאכט די ברכה, דער רבי האט געצינדן 5 ליכט מיט א נשמה ליכט, און געזאגט די תפילה 'שלום עליך' פונעם ישמח משה זי"ע בבכיות נוראות, און דערנאך פארגעזאגט פון קאפיטל צ' ביז ק"ז כנהוג, און געזאגט דעם יהי"ר בהשתפכות הנפש, דערנאך האט דער רבי געלערנט פרקי משניות און געזאגט קדיש דרבנן.
רבינו שליט"א האט געליינט קוויטלעך א לענגערע צייט, בשעת מ'האט געזונגן ניגוני התעוררות וואס פלעגט געזינגען ווערן בבית מדרשו פונעם בעל ההילולא, דערנאך האט זיך דער רבי משתטח געווען אויף ציון הק' א לענגערע צייט. מען האט געענדיגט ארום 1:10.
זכותו הגדול והקדוש יגן עלינו ועל כל ישראל
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️