בס"ד - סאטמארע נייעסEnglish
סאטמארע נייעס סאטמארע נייעס

דאנערשטאגב' אלול תשפ"ד9/5/2024

באריכט
דאנערשטאג פרשת שופטים 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

אינדערפרי איידער תפילת שחרית איז פארגעקומען די ברית'ן:
לבן הנולד אצל ר' יואל מרדכי שעהר הי"ו, ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.
לבן הנולד אצל ר' יחזקאל שרגא הערשקאוויטש הי"ו, ווי דער רבי איז געווען סנדק.

דער רבי האט געדאווענט שחרית בהיכל המתיבתא סניף ברך משה. פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים.
ב"ר מרדכי קאהן הי"ו.
ב"ר שלמה יצחק יעקב וועלץ הי"ו.
ביים ליינען איז דער רבי געגאנגען הגבה. און נאכן דאווענען געבלאזן שופר, און פארגעלערנט דעם טעגליכע תהילים שיעור אויף קאפיטל כ"ג פסוק א'. דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בחדרו הפרטי,

אויך זענען אריין בקו''פ א קבוצה בחורים מתלמידי הישיבה אינאיינעם מיט די רמ"י הישיבה אפצונעמען ברכת הקודש לרגל זייער נסיעה למקומות הקדושים קיין אייראפע, דער רבי האט אויסגעפרעגט די פרטי הנסיעה און פארטיילט שליח מצוה געלט פאר די בחורים.

זמני כניסה בקו''פ איז געווען פון 6:45 ביז 11:45 אויפדערנאכט, בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.
ארום 7:15 איז דער רבי אריבער צום קבלת פנים פון החתן בן הרה"ח ר' יואל ברמ"ד ווידער הי"ו מנאמני ביתו, עב"ג הכלה בת הרה"ח ר' שבתי יצחק ראזענבערג הי"ו אין די זאלן פון כינור דוד, דער רבי האט געטרינקן לחיים און אנגעוואונטשן פארן חתן, מחותנים, און די זיידעס, פאר די חופה האט דער רבי געבענטשט די חתן, און דערנאך אראפ אין ביהמ"ד בית מרדכי ווי דער רבי האט געדאווענט מנחה.
נאך מנחה איז דער רבי ארויס צו די חופה ווי דער רבי האט מסדר קידושין געווען, און דערנאך איז דער רבי צוריק לביתו נאוה קודש און ממשיך געווען די זמני כניסה.

בעת די זמני כניסה האט זיך הבה"ח אברהם שלמה ב"ר יואל וויינשטאק הי"ו, המיול"ח הרה"ח ר' אברהם יהושע העשיל הכהן גלאנץ הי"ו, געשטעלט צום פארהער ביי רבינו שליט"א אויף שו"ע הלכות שבת.

רבינו שליט''א האט געליינט תנאים פון די מחותנים הרה"ח ר' דניאל ראובן דאנא ע"ה - הרה"ח ר' ציון ג'ברא הי"ו.

נאך די זמני כניסה ארום 11:50 איז דער רבי צוריק אנגעקומען צו די שמחת החתונה פון החתן בן הרה"ח ר' יואל ווידער הי"ו, דער רבי האט געטרינקען לחיים און אנגעוואונטשן פארן חתן, מחותנים, און די זיידעס, נאכן בענטשן האט דער בדחן האברך ר' יחזקאל שרגא פילאפף הי"ו אויפגעריפן רבינו שליט"א צו די מצוה טאנץ מיט דברי חרוזים, און דער רבי האט אפגעראכטן די ריקודי קודש לפני הכלה און דערנאך געטאנצן מיטן חתן, מחותנים און די זיידעס, און עקסטער מיט הרה"ח ר' יואל הי"ו.

דערנאך ארום 12:30 איז דער רבי אראפ אין ביהמ"ד בית מרדכי ווי דער רבי האט געדאווענט מעריב.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
👁 513