בס"ד · Satmara Niyesאידיש
Satmara Niyes Satmara Niyes

The news is written in Yiddish. Translate news to English

Sunday19 Elul 57849/22/2024

Report
שב''ק פרשת כי תבא 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

פארן זמן הדלקה"נ האט דער רבי אנגעטוהן די שטריימל פאר די חתנים:
החתן יצחק טובי' ב"ר יואל וואלף שווארטץ הי"ו.
החתן אברהם יוסף ב"ר מאיר ברד"ש בערגער הי"ו.

פרייטאג צונאכטס ארום 7:25 איז דער רבי אריינגעקומען אין ביהמ''ד מעוטף בטליתו און צוגעגאנגען צו מנחה, קבלת שבת: הרה"ח ר' משה בר"מ סימאן הי"ו. מען האט געענדיגט דאווענען ארום 9:00, דער ציבור איז אריבער זאגן גוט שבת און דער רבי איז אריין לחדרו הפרטי.

ארום 9:30 איז דער רבי אריינגעקומען צום שלחן הטהור בהיכל השלחנות אינאיינעם מיט די תלמידי המתיבתא, און אנגעהויבן כדרכו בקודש שלום עליכם ברגש ובנעימה.
אשת חיל: נכד רבינו הב' ישכר בער ט"ב ני"ו בן חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד ברך משה שליט"א, הגבהת הכוס: הרה"ח ר' יצחק הכהן פריעדמאן הי"ו.

מיט די זמירות האט רבינו שליט''א מכבד געווען. כל מקדש: הרה"ח ר' ישראל הכהן לאנדא הי"ו (וומסב''ג), מנוחה ושמחה: הרה''ג ר' אברהם וואלף פריעדמאן שליט"א.

רבינו שליט''א האט געזאגט תורה אויפן פסוק 'ועתה הנה הבאתי את ראשית פרי האדמה' און געטייטשט בדרך דרוש אין די סוגיא פון מצות לאו ליהנות ניתנו.

קה אכסוף: הרה"ג ר' שלמה הערש בן הרה"ג ר' אברהם עקשטיין שליט"א מו"ץ. ברכת המזון: הרה''צ ר' בערל גלאנץ שליט"א מבארדיוב קר''י.

עובדות וסיפורים די וואך האט רבינו שליט''א דערציילט פון הרה"ק רבי מאטעלע האראנסטייפל'ער זיע''א וואס די יארצייט געפאלט מיטוואך כ"ב אלול.

קה רבון עלם: הרה"ח ר' יודא ענגעל הי"ו (ב"ב). אז ביום השביעי: הרה"ח ר' יודל כ"ץ הי"ו. מען האט געענדיגט ארום 12:00.

וביום השבת קודש

שב''ק אינדערפרי איז דער רבי אריינגעקומען אין ביהמ''ד ארום 9:40. ברכות ופסוקי דזמרה: הרה''ג ר' חיים לייב זילבערשטיין שליט"א, צו שחרית איז דער רבי צוגעגאנגען.

הוצאה והכנסה: הרה"ח ר' עזרא בנעט הי"ו (ב"ב). פסוקי שמע ישראל: משב"ק הרה"ח ר' יושע מענדלאוויטש הי"ו.

צוליב די ריבוי השמחות בליעה"ר כ"י און די פרשת התוכחה ווי עס איז שווער צו צוצולייגן הוספות האט דער רבי נישט עולה געווען ביי שחרית, און געהייסן אוועקגעבן די עלי', און עס האבן עולה געווען נאר די חתנים, און דער רבי האט עולה געווען ביי מנחה.

עליות. כהן: הרה"ח ר' נפתלי הירצקא קאהן הי"ו. לוי: החתן משה אליעזר ב"ר הערש אלימלך רובינפעלד הי"ו. שלישי: החתן אברהם יוסף ב"ר מאיר ברד"ש בערגער הי"ו - באווארפען. רביעי: החתן יצחק טובי' ב"ר יואל וואלף שווארטץ הי"ו - באווארפען. חמישי: החתן הערשל בן הר"ר חיים לייב זילבערשטיין שליט"א - באווארפען. שישי: החתן לוי יצחק ב"ר מרדכי אלעזר ברייער הי"ו. שביעי: החתן אשר לעמיל ב"ר וואלף ברי"ד לאנדא הי"ו. הוספות: החתן נפתלי הירצקא ב"ר חיים יחזקאל שרגא שטיינמעטץ הי"ו. החתן אשר יונה ב"ר בנציון ליכטענשטיין הי"ו. החתן חיים מרדכי ב"ר ליפא שטיינבערג הי"ו. פרשת התוכחה: הרה"ח ר' יצחק עהרנפעלד הי"ו. החתן ישראל זאב ב"ר יואל זאבעל הי"ו. אחרון: החתן שמעון ישראל בן הרה"ג ר' יואל יצחק שטערן שליט"א. מפטיר: החתן אברהם יושע ב"ר יצחק אייזיק שווארטץ הי"ו.

נאכן ליינען האט דער רבי קורא שם געווען לרגל הולדת הבת אצל:
ר' שמואל זאנוויל ברד"ל קרויס הי"ו.
ר' יואל ברוך ברמ"ז שטערן הי"ו.
ר' אביעזר מרדכי בר"ע געשטעטנער הי"ו.
ר' יואל בר"ל אפענהיים הי"ו.
ר' ארי' בר"ש הערשקאוויטש הי"ו.
ר' מרדכי אקער הי"ו.

הגבה: רבינו שליט''א. גלילה: הרה"ח ר' אפרים שטערן הי"ו (וומסב''ג).

מוסף: הרה"ג ר' מרדכי מענדל שווארטץ שליט"א ראה"כ בראד וומסב''ג, פתיחה צו אנעים זמירות: הרה"ח ר' זונדל דרוממער הי"ו. מען האט געענדיגט ארום 12:40.

רעוא דרעווין

צו מנחה ושל''ש איז דער רבי אריינגעקומען אין ביהמ''ד ארום 7:25. מנחה: הרה"ח ר' יעקב יוסף פילאפף הי"ו. הוצאה והכנסה: הרה"ח ר' מעכיל גרינפעלד הי"ו (וומסב''ג). כהן: הרה"ח ר' אהרן שמואל גלאנץ הי"ו. לוי: הרה"ח ר' מעכיל פריעדמאן הי"ו (מאנטשעסטער). שלישי: רבינו שליט"א. הגבה: הרה"ג ר' שלמה זאבעל שליט"א מו"ץ ביהמ"ד בית דוב. גלילה: הרה"ח ר' עוזר פריעדמאן הי"ו (אנטווערפען).

זמירות ביי של"ס האט דער רבי מכבד געווען. אודה: הרה"ח ר' נח גפן הי"ו. שיר המעלות: הרה"ח ר' משה גאלדשטיין הי"ו.

רבינו שליט''א האט געזאגט תורה אויפן פסוק 'ועתה הנה הבאתי את ראשית פרי האדמה' און געטייטשט אז הקב''ה איז א מוחל וסולח דורך תשובה און מעשים טובים דורך דעים וואס ער איז מעביר ראשון ראשון און איז מבטל די מיעוט עבירות אינעם ריבוי המצוות, אבער אויב איז חלילה נישטא קיין מצוות דורך דעים וואס די חיצונים נעמען עס צו איז די עצה דורך קבלת עול מלכות שמים מצוות קרי''ש שחרית וערבית כהלכה צוריק צו ברענגן די אלע מצוות ומעשים טובים און אזוי ניצט תשובה.
ידיד נפש: הרה"ח ר' אפרים שטערן הי"ו. קל מסתתר: הרה"ח ר' זונדל דרוממער הי"ו. דער רבי האט געבענטשט על הכוס און געזאגט שבע ברכות.

מעריב מוצש''ק: הרה"ח ר' נפתלי הירצקא קאהן הי"ו. נאך הבדלה איז דער ציבור אריבער זאגן א גוטע וואך. מען האט געענדיגט ארום 9:50.

ארום 12:15 איז אריין בקו''פ בביתו נאוה קודש הגאון רבי משה טראכטמאן שליט"א יו"ר מעשה חושב פון ארה"ק, עס האט זיך פארצויגן א לומד'ישע שמועס אין פארשידענע סוגיות הש"ס און דער רבי האט מאציל געווען מברכת קדשו און אים געלאדנט צו קומען און מיטהאלטן די סיום מסכת קידושין דורך כתה ט' מכינה לישיבה.

נאכ'ן באזוך איז דער רבי אריבער אין די זאלן פון בית רחל פאראדייס צו די די סיום מסכת קידושין דורך די אריבער 450 תלמידי 'כתה ט' מכינה לישיבה' כ"י פון ביידע סניפים פון מוסדות קר''י, מיט די השתתפות פון די עלטערן און זיידעס פון די בחורים.
הרה"ג ר' וואלף אהרן טעלער שליט"א האט ממשיך געווען מיט זיין דרשה, און מען האט פארגעזינגען חרוזים, דער רבי האט געטרינקן לחיים און אנגעוואונטשן פארן גאנצן ציבור, און משמיע געווען דברות קודש און ארויסברענגענדיג מיט התרגשות די גרויסקייט ווי אזויפיל הונדערטער בחורים זענען מסיים מסכת קידושין, און איז א גרויסע קורת רוח פאר רביה"ק זיע''א מייסד העיר בעולם העליון, און מסיים געווען ברוב ברכות פאר די עלטערן, זיידעס און אלע בחורים.
דערנאך האט דער רבי פארטיילט פאר אלע בחורים א זמירות ברך משה. מען האט געענדיגט ארום 1:10.

דערנאך איז דער רבי אריבער אין ביהמ"ד דינוב קר''י צו די שמחת השבע ברכות צוגעשטעלט דורך די ביהמ"ד לכבודו פונעם דומ''ץ הביהמ''ד הרה"ג ר' יואל יצחק שטערן שליט"א, עס האט זיך אויך משתתף געווען פון כ"ק אדמו"ר מדינוב שליט"א, עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס און דער רבי האט פארציילט סיפורי קודש פון דעם קשר פון הגה''ק הקדושת יו"ט זיע''א מיט הרה"ק הדרכי תשובה ממונקאטש זיע''א, דער רבי האט געטרונקען לחיים און אנגעוואונטשן פאר כ"ק אדמו"ר מדינוב שליט"א, און עקסטער געוואונטשן לרגל שמחת נשואי נכדתו למז"ט, און דערנאך אנגעוואונטשן פארן חתן, מחותנים, און פארן גאנצן ציבור.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️