זונטאג פרשת נצו"י 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א
דער רבי האט געדאווענט שחרית בהיכל המתיבתא סניף קדושת יואל. פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים.
ב"ר משה מנחם שלעזינגער הי"ו.
ב"ר לייב ברש"א פרענקל הי"ו.
ב"ר יעקב שמעון קויפמאן הי"ו.
ב"ר יואל גליק הי"ו.
ב"ר ישכר בער הירש הי"ו.
נאכן דאווענען האט דער רבי געבלאזן שופר און פארגעלערנט דעם טעגליכן תהילים שיעור אויף קאפיטל כ"ג פסוק א'. דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בחדרו הפרטי, אויך זענען אריין בקו''פ א קבוצה בחורים מתלמידי הישיבה אינאיינעם מיטן מנהל הרה"ג ר' קלמן האלבערשטאם שליט"א מצאנז מקבל זיין ברכות הקודש לרגל זייער נסיעה למקומות הקדושים אין אייראפע, דער רבי האט אויסגעפרעגט די פרטי הנסיעה און פארטיילט שליח מצוה געלט און מאציל געווען מברכת קדשו.
ארום 1:45 איז דער רבי אנגעקומען אין ישיבה גדולה סניף ברך משה ווי דער רבי האט פארגעלערענט די פינפטע סוגיא שיעור אין די סוגיא פון 'מצות לאו ליהנות נתנו' אלץ הכנה צום שבת שובה דרשה. מען האט געענדיגט ארום 2:20.
נאכמיטאג ארום 4:00 איז פארגעקומען - ווי שוין ברייט באריכטעט - א ספעציעלע זיצונג בביתו נאוה קודש מיט הויכראנגיקע פאליטישע באאמטע, קאנגרעס מינאריטעט פירער האקים דזשעפריס דער לאקאלער קאנגרעסמאן פעט רייען, אנוועזנד געווען הרה"ח ר' שמחה אייכנשטיין הי"ו אסעמבלימאן פון ב"פ, ראשי והנהלת קרית יואל.
אויך זענען אריין בקו''פ הרה"ח ר' משה גאלדשטיין הי"ו און הרה"ח ר' שלמה יעקב ניישטאדט הי"ו חברי הנהלת מבצר הכוללים קר"י אינאיינעם מיט עסקני הכולל וועלכע האבן געברענגט פלעשער האניג וועלכע וועלן פארטיילט ווערן לכבוד יו"ט ראש השנה הבעל"ט פאר די גרעסערע תומכי הכולל, דער רבי האט מאציל געווען מברכת קדשו פאר די תומכים און פאר די עסקני הכולל.
זמני כניסה בקו''פ איז געווען פון 6:30 ביז 12:15 אויפדערנאכט, בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.
בעת די זמני כניסה איז פארגעקומען א מסיבת לחיים לרגל די סיום הש"ס פון החתן משה אליעזר ב"ר הערש אלימלך רובינפעלד הי"ו עב"ג הכלה בת הר"ר יואל בר"מ סימאן שליט"א, עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס איבער פארשידענע סוגיות הש"ס דער רבי האט געטרינקן לחיים און אנגעוואונטשן ברכת קדשו פארן חתן, מחותנים, זיידעס, און די גאנצע משפחה.
פארנאכטס ארום 7:15 האט דער רבי מסדר קידושין געווען ביי די חופה פון די פאלגענדע מחותנים.
הרה"ח ר' יואל וואלף שווארטץ הי"ו - הרה"ח ר' יוסף לייב בר"א קויפמאן הי"ו, באולם כינור דוד.
הרה"ח ר' מאיר יודא פערלמאן הי"ו (וומסב''ג) - הרה"ח ר' יואל כייעם הי"ו, באולם בית רחל פאראדייס.
הרה''ח ר' משה אליעזר לאנדא הי"ו (וומסב''ג) - הרה"ח ר' יואל שטיינמעטץ הי"ו, באולם גינת קליין.
נאך די חופה אין כינור דוד האט דער רבי געדאווענט מנחה אין ביהמ"ד בית מרדכי דקהלתינו הק', און נאך אלע חופות ממשיך געווען די זמני כניסה.
רבינו שליט''א האט געליינט די תנאים פון די מחותנים הרה"ח ר' שמואל טובי' ליכטמאן הי"ו - הרה"ח ר' יוסף שמואל ראזענפעלד הי"ו.
בעת די זמני כניסה איז געווען אויף א באזוך בקו''פ לברך ולהתברך בברכת השנים כ''ק אדמו"ר מסקאליע 18 שליט"א, עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס זכרונות פון ימים נוראים ביי רביה"ק בעל דברי יואל זיע''א און דער רבי האט אים מאציל געווען מברכת קדשו.
אויך איז געווען אויף א באזוך הרה''צ מהרי''ש מקאסוב לעיקוואד שליט''א, עס האט זיך פארמירט א שיינע שמועס בסיפורי בית קאסוב, דער רבי האט ארויסגעברענגט דאס ידידות מיט להבחל"ח אביו כ"ק אדמו"ר מקאסוב זצ"ל, דער רבי האט אים מכבד געווען מיט לחיים און מאציל געווען מברכות קדשו, און הרה''צ שליט"א האט געגעבן פארן רבי'ן דעם ספר שרגא דנהרא פון אביו זצ"ל וועלכע איז יעצט ארויסגעקומען.
דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 12:15.
▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️