מיטוואך פרשת נצו"י 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א
אינדערפרי איידער תפילת שחרית איז פארגעקומען א ברית לבן הנולד אצל ר' מענדל גוטמאן הי"ו (מאנטרעאל), ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.
דער רבי האט געדאווענט שחרית בהיכל המתיבתא סניף ויואל משה. פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים.
ב"ר משה אברהם שעהנברוין הי"ו.
ב"ר משה העניך פריעדמאן הי"ו.
ב"ר יוסף ראזענבערג הי"ו.
ב"ר יואל פראמאוויטש הי"ו.
נאכן דאווענען האט דער רבי געבלאזן שופר און פארגעלערנט דעם טעגליכן תהילים שיעור אויף קאפיטל כ"ג פסוק א', און ממשיך געווען מיט הדרכה לימי בין הזמנים הבעל"ט. דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בחדרו הפרטי.
ארום 1:45 איז דער רבי אנגעקומען אין ישיבה גדולה סניף ברך משה ווי דער רבי האט פארגעלערענט די אכטע סוגיא שיעור אין די סוגיא פון 'מצות לאו ליהנות נתנו' אלץ הכנה צום שבת שובה דרשה. מען האט געענדיגט ארום 2:20.
אין די נאכמיטאג שעה'ן איז אריין בקו''פ הגה"צ אבד''ק וומסב''ג שליט"א ווי דער רב שליט"א האט איבערגעגעבן א באריכט פון ישיבה קטנה "דרך התורה" וועלכע האט אצינד פארענדיגט שוין דאס דריטע יאר בס"ד מיט הצלחה, און גרייט זיך שוין בשעטו"מ אריין צו שיקן די תלמידים אין ישיבה גדולה, און דערביי האט רבינו שליט"א קורא שם געווען אויפן צווייטן סניף פון די ישיבה וואס מהאט יעצט פארענדיגט די ערשטע יאר, "ישיבת בשבילי התורה", אזוי אויך האט מען אויסגעשמועסט פארשידענע פרטים פון מוסדותינו הק', ישיבות קטנות, און ישיבה לצעירים אין וומסב''ג, ווי דערביי האט דער רבי ארויסגעברענגט מיט א שטארקע קורת רוח די גוטע גרוסן וואס מען הערט צוריק פון אלע סניפי הישיבות נאך א שטארק מוצלח'דיגע יאר וואס איז אדורך בכי טוב.
נאכמיטאג ארום 6:00 איז פארגעקומען א סיום כתיבת האותיות פאר די ס''ת וואס ווערט געשריבן דורך הנגיד ר' חיים אברהם ב"ר ירמי' בראך הי"ו פון לעיקוואד און ווערט אריינגעגעבן ערב יוה''ק אין שטאט ראצפערט אונגארן, דערביי איז אויך פארגעקומען א חתימת שטרות ווי ר' חיים אברהם הי"ו האט אפגעקויפט א זכות נכבד בבית מדרשינו הגדול אין לעיקוואד, דער רבי האט אריינגעשריבן די אותיות, געטרינקן לחיים עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס איבער הרה"ק רבי הירצקא'לע ראצפערט'ער זיע''א און די הרחבת גבולי הקדושה פון קהלתינו הק' אין לעיקוואד, דער רבי האט אינטערגעשריבן די שטרות אינאיינעם מיטן נדבן און ווארעם מאציל געווען מברכות קדשו.
זמני כניסה בקו''פ איז געווען פון 6:30 ביז 11:45 אויפדערנאכט בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.
ארום 7:30 האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש.
נאך מנחה האט דער רבי מסדר קידושין געווען ביי די חופה פון די מחותנים הר"ר נתן נטע הויזער שליט"א - הרה"ח ר' שלום אליעזר בערגער הי"ו, באולם בית רחל פאראדייס, און דערנאך ממשיך געווען די זמני כניסה.
רבינו שליט''א האט געליינט די תנאים פון די מחותנים הרה"ח ר' יואל בר"מ ווערצבערגער הי"ו - הרה"ח ר' דוד אונגאר הי"ו.
דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 11:45.
נאך מעריב איז דער רבי אריבער אין בית החיים דקרית יואל צו די לויה פון הרה"ח ר' טובי' שרייבער ע"ה.
▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️