בס"ד - סאטמארע נייעסEnglish
סאטמארע נייעס סאטמארע נייעס

זונטאגכ"ו אלול תשפ"ד9/29/2024

באריכט
שב''ק פרשת נצו"י 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

ערש"ק א שעה פארן זמן הדלה"נ האט רבינו שליט"א געגעבן טעלעפאניש ברכת קדשו פאר הרה"ג ר' חיים אהרן אונגאר שליט"א מו"ץ בביהמ"ד לב אהרן דקהלתינו הק' אין וומסב"ג, לרגל שבת פתיחת שערים דבית מדרשינו המפואר 'לב אהרן' בשכונת סאוט אכט אין וומסב"ג.
פרייטאג צונאכטס ארום 7:15 איז דער רבי אריינגעקומען אין ביהמ''ד מעוטף בטליתו און צוגעגאנגען צו מנחה, קבלת שבת: הרה"ג ר' הערשל הורוויץ שליט"א מנהל ישיבה לצעירים וומסב''ג. מען האט געענדיגט דאווענען ארום 8:50. דער ציבור איז אריבער זאגן גוט שבת און דער רבי איז אריין לחדרו הפרטי.

ארום 9:25 איז דער רבי אריינגעקומען צום שלחן הטהור בהיכל השלחנות אינאיינעם מיט תלמידי ישיבה לצעירים וומסב''ג, און אנגעהויבן כדרכו בקודש שלום עליכם ברגש ובנעימה.
אשת חיל: נכד רבינו הב' ישכר בער ט"ב ני"ו בן חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד ברך משה שליט"א, הגבהת הכוס: הגה"צ אבד''ק מאנטשעסטער שליט"א.

פאר די פיש האט דער רבי משמיע געווען דב"ק פאר די בחורים אויפן פסוק 'אתם נצבים היום' און דערציילט א מעשה פונעם הייליגן צאנזער רב זיע''א וואס האט געזאגט אז טראץ וואס במציאות דאווענט ער אין א שפעטע שעה, איז זיין עבודה שוין פון גאנץ פרי מיט א הכנה דרבה און איז מתפלל אז ער זאל קענען דאווענען, כדי צו קענען ריכטיג מתפלל זיין ראש השנה דארף מען שוין יעצט מאכן א הכנה מיט תפילה ולימוד התורה.

מיט די זמירות האט רבינו שליט''א מכבד געווען. כל מקדש: הרה"ג ר' משה דוד הורוויץ שליט"א רב דביהמ"ד ברך משה דקהלתינו הק' ב"פ בן הגה"צ אבד''ק מאנטשעסטער שליט"א, מנוחה ושמחה: הרה"ח ר' מנחם יהודא שלעזינגער הי"ו (וומסב''ג).

רבינו שליט''א האט געזאגט תרה אויפן פסוק 'אתם נצבים היום' און געטייטשט בדרך דרוש אין די סוגיא פון מצות לאו ליהנות ניתנו.

קה אכסוף: הרה"ג ר' אליעזר הערש הורוויץ שליט"א (וומסב''ג) בן הגה"צ אבד''ק מאנטשעסטער שליט"א. ברכת המזון: הגה"צ אבד''ק מאנטשעסטער שליט"א.

עובדות וסיפורים די וואך האט רבינו שליט''א דערציילט פון הרה"ק רבי מיכל'ע מזלאטשוב זיע''א וואס די יארצייט איז געפאלן שב"ק כ"ה אלול. קה רבון עלם: הרה''ג ר' הערשל טעללער שליט"א (וומסב''ג), די פרישע חתנים זענען אריבער נעמען פירות. בשעת די פירות האט מען געזונגן דעם ניגון המיוחס צו הרה"ק רבי מיכל'ע מזלאטשוב זיע''א. אז ביום השביעי: הרה"ח ר' מרדכי דוד עסטרייכער הי"ו (וומסב''ג). מען האט געענדיגט ארום 12:05.

וביום השבת קודש

שב''ק אינדערפרי איז דער רבי אריינגעקומען צום דאווענען ארום 9:40. ברכות ופסוקי דזמרה: הרה"ג ר' משה דוד הורוויץ שליט"א. צו שחרית איז דער רבי צוגעגאנגען.

הוצאה והכנסה: הרה"ח ר' אברהם שמחה פריעדמאן הי"ו. פסוקי שמע ישראל: הר"ר אהרן קויפמאן שליט"א (מאנטרעאל).

עליות. כהן: הרה"ח ר' ישראל לייב כהן הי"ו. לוי: הרה"ח ר' דוד יערמיאש הי"ו. שלישי: הגה"צ אבד''ק מאנטשעסטער שליט"א. רביעי: החתן ב"ר יוסף דערמער הי"ו. חמישי: החתן ב"ר יואל וואלף שווארטץ הי"ו. שישי: רבינו שליט''א.

נאכ'ן עולה זײן האט דער רבי קורא שם געווען לרגל הולדת הבת אצל:
ר' זלמן לייב ברש"מ פריעדמאן הי"ו.
ר' יושע ברנ"ה פריעדמאן הי"ו.
ר' משה הלל ברמ"ד עסטרייכער הי"ו.
ר' חיים הערש ברי"ל מארקאוויטש הי"ו.

שביעי: הרה"ח ר' מאיר יעקב אינדיג הי"ו. אחרון: ר' יוסף פנחס סטרולאוויטש הי"ו - דער רבי האט קורא שם געווען לרגל הולדת בתו למז''ט. מפטיר: הרה"ח ר' בערל פאלאטשעק הי"ו. הגבה: הרה"ח ר' מענדל עקשטיין הי"ו. גלילה: הרה"ח ר' יוסף דערמער הי"ו (מאנסי).

מוסף: הרה"ח ר' מאיר יעקב אינדיג הי"ו. פתיחה צו אנעים זמירות: הרה"ח ר' חיים אפרים ווייס הי"ו. מען האט געענדיגט ארום 12:25.

נאכמיטאג ארום 6:30 איז דער רבי אראפגעקומען אינעם זאל בביתו נאוה קודש ווי די קאפעליע האט פארגעזינגען כנהוג די נייע ניגונים וואס זענען פארפאסט געווארן לקראת די ימים נוראים הבעל"ט, דער רבי האט זיך צוגעהערט צו די ניגונים און אנגעוואונטשן ברכה והצלחה לרומם דעם כבוד פון הייליגן באשעפער און ממליך זיין שמו בעולם.
רעוא דרעווין

צו מנחה ושל''ש איז דער רבי אריינגעקומען אין ביהמ''ד ארום 7:15. מנחה: הרה"ח ר' אלחנן טויב הי"ו. הוצאה והכנסה: הרה"ח ר' מענדל גרינפעלד הי"ו (מאנסי). כהן: נכד רבינו הרה"ג ר' יואל הכהן גלאנץ שליט"א. לוי: ר' חיים מענדל פריעדמאן הי"ו. שלישי: הרה"ח ר' פישל שאפפער הי"ו (וומסב''ג). הגבה: רבינו שליט''א. גלילה: הרה"ח ר' מנחם יהודא שלעזינגער הי"ו.

זמירות ביי של"ס האט דער רבי מכבד געווען. אודה: הרה"ח ר' נח גפן הי"ו. שיר המעלות: הרה"ח ר' משה גאלדשטיין הי"ו.

רבינו שליט''א האט געזאגט תורה אויפן פסוק 'אתם נצבים היום' און געטייטשט אז אפילו ווען אידן זענען אין א נידריגע מדריגה זענען אידן זוכה צו א התעוררות תשובה, דורך דעם וואס דער באשעפער קוקט זיך אים אויף אידישע קינדער און מיט דעם בליק ווערט מען נתעורר צו תשובה און אידן ווערן געבענטשט בכל טוב.

ידיד נפש: הרה"ח ר' מענדל עקשטיין הי"ו. קל מסתתר: הרה"ח ר' משה שווארטץ הי"ו (וומסב''ג), דער רבי האט געבענטשט על הכוס און געזאגט שבע ברכות.

מעריב מוצש''ק: הרה"ח ר' יעקב מיטטעלמאן הי"ו. נאך הבדלה האט דער רבי געוואונטשן א גוטע וואך פארן גאנצן ציבור. מען האט געענדיגט ארום 9:30.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️