בס"ד - סאטמארע נייעסEnglish
סאטמארע נייעס סאטמארע נייעס

מאנטאגי"ב תשרי תשפ"ה10/14/2024

באריכט
כהן גדול עומד ומשרת דורו ראו ושמחו

יום הקדוש תשפ"ה בצל הקודש פון כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א בקרב קהלתינו הק' בוויליאמסבורג יצ"ו


פרייטאג ערב יום כיפור אינדערפרי ארום 6:00 איז רבינו שליט"א אריינגעקומען צו אמירת סליחות אין ביהמ''ד הגדול בקר"י. בעל תפלה איז געווען הרה"ח ר' יהושע טעללער הי"ו, מען האט געענדיגט ארום 6:20, נאך סליחות זענען אריבער א גרויסע ציבור אנ''ש תושבי קר''י לברך ולהתברך אין ערב יום הקדוש, און דער רבי איז אהיים לביתו נאוה קודש.

בביתו נאוה קודש האט רבינו שליט"א מקיים געווען דעם מנהג כפרות און אפגעברענט די עק פון די פעדערן.
דערנאך ארום 6:40 איז רבינו שליט"א אריבער אינעם בית השחיטה המהודרת ווי הר''ר יואל בר''מ ווערצבערגער שליט''א האט געשחט'ן דעם עוף, דער רבי האט בודק געווען דעם חלף, און נאכן שחט'ן געזאגט דעם לשם יחוד און די ברכה און מקיים געווען מצוות כיסוי הדם. אויך האט דער רבי בודק געווען די חלפים פון אלע שוחטים און געוואונטשן א גמר חתימה טובה. און דערנאך אריין אויף א באזוך אינעם בית השחיטה פלענט און אריבערגעגאנגן על כל פרט ופרט כדרכו בקודש.

ארום 7:30 איז רבינו שליט''א אריינגעפארן קיין וומסב''ג וויילן אויף יום הקדוש.

ארום 8.55 איז רבינו שליט"א אנגעקומען אין ביהמ''ד הגדול בוומסב"ג.
רבינו שליט''א האט אהנגערופען - פארן זמן אין ארה''ק אין אייראפע - עטליכע פון די מסירת נפש'דיגע ראשי הנהלת קהלתינו ומוסדותינו הק' בארה''ק און אייראפע, און מאציל געווען מברכות קדשו צום נייעם יאר.

איידער תפילת שחרית איז פארגעקומען די ברית'ן:
לבן הנולד אצל ר' יחיאל אלתר פאלאק הי''ו ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.
לבן הנולד אצל ר' שלמה יודא פריעדמאן הי''ו ווי דער רבי איז געווען סנדק.

ארום 9.45 איז רבינו שליט''א אריינגעקומען צו תפילת שחרית. פארן דאווענען האט דער רבי תפילין געלייגט פאר די בר מצוה בחורים.
בן הר''ר אליעזר הערש הורוויץ הי''ו.
ב''ר ליפא בן הר''ר אברהם עקשטיין הי"ו.

נאכן דאווענען איז רבינו שליט''א אריין אין זיך אומגעקוקט אינעם נייעם ריזן צוגעלייגטן היכל אויפן די גאנצע מעריב זייט פון בית מדרשינו הגדול.

דערנאך האט רבינו שליט''א קובע געווען די מזוזות בביתו נאוה קודש החדש אין ביהמ"ד הגדול אין וומסב''ג, און ס'איז פארגעקומען א מסיבת לחיים, ווי דערביי איז דער משמש הרה"ח ר' שלמה ווערצבערגער הי"ו אריין ווי דער רבי האט גענומען לקח און מטיב געווען דעם משמש כנהוג.
אויך האט דער רבי מאציל געווען מברכות קדשו פאר די נדבנים פון די נייע דירה. הרה''ח ר' אברהם בראך הי''ו, הרה''ח ר' יחזקאל דוד בערקאוויטש הי''ו, הרה''ח ר' אברהם יודא ראזענבערג הי''ו, הרה''ח ר' משה אליעזר לאנדא הי''ו, הרה''ח ר' יקותיאל דוד אהרן ווייס הי''ו און די עסקנים העומדים על מלאכת בית ה' ר' יואל שמעון הכהן רובין הי"ו און ר' יעקב הכהן פריעדמאן הי"ו.

נאכמיטאג ארום 1.30 איז רבינו שליט"א אריינגעקומען צום שלחן הטהור ערב יום הקדוש בהיכל תהילות יהוסף אין ביהמ''ד הגדול.
פארן זיך וואשן צו די סעודה של מצות היום האט דער רבי געזאגט א לענגערע לשם יחוד שטילערהייט, ביי לחיים נאך די פיש האט דער רבי געוואונטשן א גוט געבענטשט יאר, ביי די זופ איז געווען קרעפלעך און די פלייש איז געווען פון דעם עוף וואס דער רבי האט מקיים געווען דעם מנהג כפרות כנהוג.
במשך דעם טיש האט מען געזינגען מערערע ניגוני התעוררות פון ימים הנוראים בשעת דער רבי האט פארגאסן טייכן טרערען בחדרת קודש באימה ופחד פארן יום הדין, ובפרט ווען דער רבי האט פארגעזינגען דעם פיוט 'ירצה צום עמך' אויפ'ן אהבה רבה ניגון המקובל פון הרה''ק רבי ר' הערש מרימנוב זיע''א.

רבינו שליט"א האט געזאגט תורה אויפן פיוט 'במה אקדם ואכף פני לא יקח שוחד' און געטייטשט אז די טעג פון חודש אלול ביז יום כיפור האט אין זיך תתק''ס שעות און ס'איז מטהר ווי א מקוה, דורך אמונה און מצוות קרי''ש קען מען עס מתקן זיין כדבעי.

מיט ברכהמ"ז האט דער רבי מכבד געווען הגה"צ ר' נפתלי הירצקא צוויבל שליט''א ראה''כ וומסב''ג. מען האט געענדיגט ארום 2:55.

וישא אהרן את ידיו על העם ויברכם
נאכן טיש איז רבינו שליט"א אריין אין חדר ד' בהיכל מאיר זעליג ווי עס זענען אריבער אלפי אנ''ש להתברך צום הייליגן טאג, אויף א ספּעציעלן שנעלן סדר צוליב די ריבוי העם.

נאכן בענטשן דעם ציבור איז רבינו שליט"א אריבער צו די פריוואטע מקוה אין שטוב פון הרה''ח ר' וואלף לאנדא הי''ו, און ארום 4:10 איז רבינו שליט"א אריינגעקומען צו מנחה אין ביהמ"ד הגדול, דער רבי האט אנגעצינדען די נרות שעוה ביים עמוד, בעל תפלה איז געווען הרה"ח ר' יעקב הערש היימאן הי"ו, ביי די ווידוי הגדול האט דער רבי מאריך געווען בבכיות. מען האט געענדיגט ארום 4:45.

נאך די סעודת המפסקת בביתו נאוה קודש איז רבינו שליט"א נאכאמאל געגאנגען אין מקוה אין ביהמ''ד הגדול לעת כניסת היום.
ביים זמן האט דער רבי געצינדן בביתו נאוה קודש החדש די נרות שבת ויו''ט, יזכור ליכט, און א געזונטע לעכט.
דערנאך האט דער רבי געוואונטשן אלע וואס זענען אריינגעשריבן אינעם ספר הזכרונות, און אלע כוללות קוויטלך מאנ"ש ירושלים, בני ברק, בית שמש, און אייראפע.

רבינו שליט''א האט געמאכט דעם ברכת להתעטף אויף זיין אייגענעם טלית, און דערנאך אנגעטוהן דעם טלית, קיטל און קאפל פון רביה''ק בעל דברי יואל זיע''א.

במשך אלע תפילות איז דער היכל הביהמ''ד הגדול מיט אלע גאלעריען און היכלים געווען איבערגעפילט מקצה אל קצה נישט קענענדיג אקאמאדירן דעם ריזן ציבור לאלפים וואס זענען געקומען זיך מסתופף זיין בצל הקודש אינעם דעם הייליגן טאג.

בזאת יבא אהרן אל הקודש
ארום 6:55 איז רבינו שליט"א אריינגעקומען אין ביהמ"ד צו כל נדרי, דער רבי איז ארויף אויפן ארון הקודש און מתפלל געווען א שטילע תפילה און אנגעהויבן די הייליגע כל נדרי דרשה מיט גרויס התעוררות ובקול בכי דער רבי האט זיך געשטעלט אויפן פסוק 'כי ביום הזה יכפר עליכם מכל חטאתיכם לפני ה', וויבאלד מדות התשובה פונעם רבש''ע איז נישט מצד השכל נאר מכח רחמיו וחסדיו העלפט תשובה באין גבול אפילו מען איז מלא חטאים און אפילו די חיצונים נעמען צו די מצוות ומעשים טובים אבער על כל פשעים תכסה אהבה דורך מצוות מילה און יום כיפורים שחל בשבת וואס איז א אות אהבה קען מען צודעקן די חטאים דורך תשובה.

נאך די דרשה לעת כניסת היום האט רבינו שליט''א דערמאנט די מנהג פון רבותינו הק' צו זאגן וידוי לעת כניסת היום און אנגעהויבן בבכיות עצומות מאין הפוגות 'אנא תבא לפניך תפלתינו' און פארגעזאגט אויפן ארון קודש אינאיינעם מיטן ציבור מיט ניגון 'אשמנו בגדנו..' ווען צווישן יעדע ווארט ברעכט דער רבי אויס אין א שרעקליכן געוויין וואס האט מיטגעשלעפט דעם גאנצן ציבור בבכיות נוראות און האט אויפגעציטערט די הערצער פון די טויזענטער מתפללים פאר לענגערע מינוטן.

נאך וידוי האט דער משב"ק הרה"ח ר' חיים שלמה פישער הי"ו ארויסגענומען די ספר תורה פון ארון הקודש און איבערגעגעבן פאר רבינו שליט"א, דער רבי האט איבערגענומען די ס''ת בחביבות און אנגעהויבן מיט די דברי התעוררות און געזאגט מען דארף מפייס זיין די תורה הקדושה ובקול בוכים ממשיך געווען 'אנו מלאי עון' מען האט נישט גענוג עוסק געווען בתורה דאס פארגעגאנגע יאר, ליידער איז תורה מונחת בקרן זויות, מען בעט די תורה זאל זיין א מליצה ישרה פאר אידישע קינדער וואס זענען סוף כל סוף דבוק בקשר אמוץ וחזק און מען זאל זיך מקבל זיין מער התמדה הבנה און מעשים טובים און מסיים געווען ברוב ברכות.

ביים ענדיגן האט דער רבי פארגעזאגט אויפן פלאץ דריי מאל אור זרוע און פלגי מים, און דערנאך ארומגעגאנגען דעם ביהמ"ד - טראץ דעם שווערן געדרענג - און געזאגט נאך דריי מאל, איין מאל אויף יעדע זייט פון ביהמ"ד.

אלע תפילות האט רבינו שליט''א געדאווענט אין א מחזור תפילה ישרה.
נאך קם רבי שמעון האט רבינו שליט"א זיך אויפגעשטעלט און אנגעהויבן 'כל נדרי'. צו האלטן די ספרי תורה זענען מכובד געווארן בנש"ק הרה"צ ר' ירמי טייטלבוים שליט"א און הרה"ג ר' בנציון לאוב שליט"א מו''ץ בקהלתינו.

דערנאך האט רבינו שליט"א אנגעהויבן בואו ונצא און מערבית.
מיט פתיחות ביי מעריב זענען נתכבד געווארן: הרה''ג ר' חיים אהרן אונגאר שליט''א מו''ץ בקהלתינו, הרה''ח ר' חיים פריעדמאן הי''ו, הר''ר ישראל אויש הי''ו, הרה''ח ר' מנחם גרשון לעבאוויטש הי''ו.
נאך מעריב האט הרה"ח ר' יודל ווערצבערגער הי"ו פארגעזונגען אדון עולם און געזאגט די פיר קאפיטלעך תהילים.
שיר היחוד האבן פארגעזאגט. הגה"צ ר' מאיר צוויבל שליט"א, הרה''ג ר' מיכל ניימאן שליט''א, הרה"ג יואל ראזענפעלד שליט"א, הרה''ג ר' יעקב יצחק ווינקלער שליט''א, הרה''ג ר' ישראל מאיר רובין שליט''א, הר''ר משה אפרים הערשקאוויטש שליט''א, שיר ליום השבת - אז ביום השביעי האט פארגעזינגן הרה''ג ר' ישעי' ליכטנשטיין שליט''א.
מען האט געענדיגט ארום 11:00. רבינו שליט"א איז ארויף אויפן ארון קודש און געוואונטשן בצהלות פניו 'גוט שבת גוט יו"ט' לכל הקהל הקודש ולכ העם העומדים בעזרה, אויף אלע זייטן פון ביהמ''ד.

ונתנה תוקף קדושת היום

יום הקדוש אינדערפרי בשעת עטיפת הטלית איז געווען אויפן טיש די טלית פון רביה''ק בעל דברי יואל זיע''א וואס דער רבי טוהט אהן ביי מוסף.

רבינו שליט"א איז אריינגעקומען אין ביהמ"ד ארום 7:42.
רבינו שליט''א האט אפגעראכטן זיינע הייליגע תפילות בהשתפכות הנפש ובבכיות נוראות דער קול בוכים וואס האט זיך געהערט אינעם גאנצן ביהמ''ד.

פתיחת הארון הקודש: משב''ק הרה''ח ר' שמואל הכהן פריעדמאן הי''ו, אנעים זמירות האט פאהר געזאגט הרה"ח ר' נחמן דוב העללער הי"ו, פסוקי דזמרה: הגה"צ ר' נפתלי הירצקא צוויבל שליט"א ראה"כ, שחרית: נכד רבינו הרה"ג ר' יואל אשכנזי שליט"א ר"מ בישיבתינו הק' אהבת התורה אין וומסב"ג בן הגה"צ רב דביהמ''ד אבני צדק שליט''א.
מיט די פתיחת זענען נתכבד געווארן.הרה''ח ר' אביגדור פרענקל הי''ו, הרה''ח ר' שלמה דוב ווידער הי''ו, הר''ר אברהם יואל לעפלער שליט''א, הרה''ח ר' בנציון מוטצען (ב''פ)
מען האט געענדיגט שחרית ארום 10:45.

הוצאה והכנסה זענען נתכבד געווארן: הר''ר אלי גראס שליט''א מבערבעשט און הרה''ג ר' אשר חיים ווייזער שליט''א מו''ץ בקהלתינו ב''פ.

רבינו שליט"א איז געווען בעל קורא און האט געלייענט בהתעוררות רב.
עליות. כהן: הרה"ח ר' זלמן לייב גליק הי"ו. לוי: הרה''ח ר' יחזקאל שרגא בר''ע הירש הי"ו. שלישי: הרה"ח ר' חיים יודא לעפקאוויטש הי''ו. רביעי: הרה"ח ר' חיים נפתלי הירץ יעקב לעבאוויטש הי"ו. חמישי: הרה"ח ר' שלמה יעקב מערץ הי"ו. שישי: רבינו שליט"א.

נאכ'ן עולה זײן האט דער רבי קורא שם געווען לרגל הולדת הבת אצל:
ר' חיים שמעון שטיין הי''ו.
ר' יואל בר''מ טייכמאן הי''ו.
ר' אשר יונה יוזשעף הי''ו.
ר' יוסף בנציון העלער הי''ו.

אויך האט דער רבי געהייסן מאכן א מי שברך פאר הרבנית הצדיקת תליט''א און פארן אייניקל לרפו''ש.

שביעי: משב''ק הרה''ח ר' חיים שלמה פישער הי''ו. הגבה אויפן ערשטן ספר: הרה"ח ר' חיים שפיצער הי"ו (ב''פ). גלילה: הרה"ח ר' יצחק שווארץ הי"ו.
מפטיר: הרה"ח ר' יואל שמעון הכהן רובין הי"ו. הגבה אויפן צווייטן ספר: הר''ר יום טוב יוזשעף הי"ו. גלילה: הרה''ח ר' אהרן הערש מיטטעלמאן הי"ו (ב"פ).

מען האט געענדיגט ארום 12:20, עס איז תיכף געווען יזכור און דערנאך איז געווען פויזע.

רבינו שליט"א איז אריינגעקומען אין ביהמ''ד אום 1:15 און צוגעגאנגען צו תפילת מוסף און געזאגט הנני העני ממעש, און מזמור לדוד הבו לה'. קדיש איז געווען 1:20.

טהור לב פסע ופניו לקודש ומתפלל, אמירת סדר העבודה באש להבת שלהבת, קהל עדותינו עליך יסמוכו, ועל ידך תהא סליחתינו
אשרי עין ראתה די עבודת הקודש ביי מוסף בבכיות נוראות פון רבינו הגה"ק שליט"א.
אהרן קדוש ה' לשרתך קדשת בפרט ביי די עבודת הקודש ביי די סדר העבודה בהשתפכות הנפש.
ובכן צדיקים יראו וישמחו די ריקודי קודש למעלה מהשגתינו ביי די שטיקלעך און ביי די קדישים נאך די תפילות.

פתיחות ביי מוסף זענען נתכבד געווארן. הרה''ח ר' דוד לייבוש גוטמאן הי''ו, הר''ר משה גדלי פאלאטשעק הי''ו, הרה''ח ר' אלי' לייב ראזענבערג הי''ו, הרה''ח ר' טובי' שעהנפעלד הי''ו, הרה''ח ר' יואל בר''א טירנויער הי''ו, הרה''ח ר' אברהם שלמה כהנא, משב''ק הרה''ח ר' שמואל הכהן פריעדמאן הי''ו.

הגבה ביי כורעים זענען נתכבד געווארן משמש צו זיין ליד קדשו פון רבינו שליט"א.
די ערשטע כורעים: הרה''ח ר' משה פאלקאוויטש הי''ו - הרה''ח ר' שלמה ווערצבערגער הי''ו משמש.
די צווייטע כורעים: הרה''ח ר' אהרן הערש מיטעלמאן הי''ו הרה''ח רפאל פערלמוטטער הי''ו.
די דריטע כורעים: הרה''ח ר' שלום יצחק יאקאבאוויטש הי''ו - הרה''ח ר' משה אברהם לעפקאוויטש הי''ו.
די פערטע כורעים: הרה''ח ר' פנחס משה לאנדא הי''ו - הרה''ח ר' משה אליעזר לאנדא הי''ו.

מען האט געענדיגט מוסף ארום 5:10.

צו מנחה איז צוגעגאנגען הרה"ח ר' יודל ווערצבערגער הי"ו, הוצאה והכנסה: נכד רבינו הרב חיים הערש ט''ב שליט''א בן הגה''צ רב דביהמ''ד ברך משה שליט''א. כהן: הרה"ח ר' מנשה גליק הי"ו. לוי: הרה"ח ר' נתנאל ווערצבערגער הי"ו. שלישי - מפטיר: רבינו שליט"א.
נאכן עולה זיין האט רבינו שליט''א געהייסן מאכן א מי שבירך פאר הרבני הנגיד ר' יחזקאל דוד בערקאוויטש הי"ו און הרבני הנגיד ר' אברהם בראך הי"ו וועלכע האבן בשותפות געקויפט מפטיר יונה לכבודו של רבינו שליט"א.

הגבה: הרה"ח ר' אברהם בראך הי"ו. גלילה: ר' יואל ברי''מ פריעדמאן הי''ו.
פתיחה ביי די הויכע שמו''ע הרה''ח ר' יואל ברי''ש וויינבערגער הי''ו.
מען האט געדאווענט שנעל כנהוג צוליב די שפעטע צייט, מען האט געענדיגט 6:05.

תיכף נאך מנחה האט רבינו שליט"א אנגעהויבן אשרי 'תפלת נעילה' באש קודש ובבכיות עצומות, מען האט געזאגט די י"ג מידות ביי אלע שטיקלעך ווי די מנהג פון רביה"ק בעל ברך משה זיע''א. פתיחה צו נעילה: הרה''ח ר' יצחק קליין הי''ו.

נאך קדיש תתקבל ארום 7:40 האט הרה"ח ר' נפתלי הירצקא שטיין הי"ו געבלאזן די תקיעה גדולה און רבינו שליט"א האט אויסגעשריגן בקול אדיר וחזק לשנה הבאה בירושלים!.

רבינו שליט"א האט צוגעווארט ביז דער גרויסער מנין ענדיגט און דאן זיך געשטעלט דאווענען מעריב, בעל תפילה איז געווען הרה"ח ר' יואל וויינבערגער הי"ו.

נאך מעריב האט רבינו שליט"א אנגעטוהן די שיך, און דערנאך ארויס אויף קידוש לבנה פארענט פון ביהמ''ד און ביים ענדיגן געוואונטשן אז גוטע וואך א גוט חודש א גוט יאר.
דערנאך איז דער רבי אריבער אין היכל תהילת יהוסף, און געמאכט הבדלה און אויסגעפאסט, און אנגעוואונטשן א גוט יו''ט פארן גאנצן ציבור, און מען האט ארויסגעלייגט רבינו שליט''א בשירה ובזמרה מיטן ניגון אשרי העם. מען האט געענדיגט ארום 8:20.

ויו"ט היה עושה בצאתו בשלום מן הקודש

ארום 10:45 איז רבינו שליט"א אריינגעקומען צום עריכת שלחה"ט מוצאי יום הקדוש בתופים ובמחולות בבית מדרשינו הגדול בוומסב"ג במעמד אלופי אלפי ישראל. ביים אנקומען איז דער רבי ארויס און א פייערדיגן ריקוד אויפן פלאץ פאר עטליכע מינוט.
דער רבי האט זיך געוואשן צו די סעודה, און דערנאך געזאגט ויתן לך און געזינגען די זמירות פון מוצש''ק.
מען האט אריינגעברענגט די סדר המאכלים ווי יו''ט, ביי די לחיים נאך די פיש האט רבינו שליט"א געוואונטשן 'דער אייבערשטער זאל העלפן מען זאל האבן געפויעלט א גוט געבענטשט יאר'.

במשך דעם טיש האט מען מאריך געווען מיט נגוני יו''ט ונגוני שמחה, און מיט ניגוני התעוררות מתפילת היום, מיטן זמר המבדיל האט רבינו שליט"א מכבד געווען הגה"צ ר' הערש אלימלך טייטלבוים שליט"א רב דביהמ''ד תפילה למשה ב''פ.

רבינו שליט"א האט געזאגט תורה אויפן פיוט פון המבדיל 'יצו ה' חסדו למען יעקב עבדו' און געטייטשט אז די כח און חסדים פונעם הייליגן באשעפער געט ער שכר לפי ערך דעם רצון וואס קומט מכח יעקב אבינו בלי גבול וקצבה און מסיים געווען בברכות לרוב.

מען האט ממשיך געווען צו זינגען נגוני שמחה, און דער רבי האט זיך אויפגעשטעלט טאנצן ובכן צדיקים יראו וישמחו בעוז ותעצומות א לענגערע צייט. דער רבי האט געבענטשט אויפן כוס, און ביים ענדיגן געוואונטשן אז גוט יו''ט א גוט געבענטשט יאר דער אייבערשטער זאל העלפן מען זאל האבן אויסגעפויעלט אלעס גוטס לנו ולכל ישראל.

מען האט געענדיגט ארום 12:30, ווען מ'האט ארויסבאגלייט רבינו שליט"א בשירה ובזמרה.

אשרי העם שככה לו אשרי העם שה' אלוקיו

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
👁 733