בס"ד - סאטמארע נייעסEnglish
סאטמארע נייעס סאטמארע נייעס

דינסטאגי"ג תשרי תשפ"ה10/15/2024

באריכט
דינסטאג פרשת ברכה ב' 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

רבינו שליט''א האט געדאווענט שחרית אין ביהמ"ד הגדול. פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פארן בר מצוה בחור ב"ר שלמה מיכאל מארקאוויטש הי"ו.
נאכן דאווענען איז פארגעקומען א לחיים מיטן בר מצוה בחור בחדרו הפרטי.

אין די פארמיטאג שעה'ן איז דער רבי געווען אויף די וועכענטליכע באזוך אינעם בית השחיטה המהודרת.

נאכמיטאג ארום 6:45 האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש.

זמני כניסה בקו''פ איז געווען פון 8:20 ביז 10:15 אויפדערנאכט, בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.

דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 9:15 און דערנאך ווייטער ממשיך געווען אויפנעמען דעם ציבור.

נאך די זמני כניסה האט הרה"ח ר' ברוך ליפא לעווי הי"ו מגדולי עסקני קרית יואל אריבערגעברענגט פאר רבינו שליט"א בביתו נאוה קודש אויף צאנז קט. א הערליכע געפלאכטענע קיישעלע פארן לולב, דער רבי האט זיך באדאנקט און מאציל געווען מברכת קדשו.

שפעט אויפדערנאכט האט רבינו שליט''א מסדר געווען פארשידענע צדקות וואס דער רבי שיקט ארויס פאר נצרכים און פארשידענע אלמנות מאנ"ש וכדו', און דערנאך איבערגעגאנגען די רשימות פון די פאנטאסטישע סכומים וואס איז אפגעשיקט געווארן פאר די מוסדות אין ארץ ישראל, דורכן אפיס פון מוסדות ייטב לב, און עקסטער דורך הרבני החסיד ר' מאיר הירש הי"ו, הרבני הנגיד ר' אברהם בראך און הרבני הנגיד ר' יחזקאל דוד בערקאוויטש הי"ו, זיכער צו מאכן אז עס ווערן אויסגעצאלט עד פ"א די הונדערטער כלי קודש פון מוסדותינו הק' אין ירושלים, בני ברק און בית שמש ת"ו.

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️