בס"ד - סאטמארע נייעסEnglish
סאטמארע נייעס סאטמארע נייעס

זונטאגי"ח תשרי תשפ"ה10/20/2024

באריכט
ימי חוה''מ סוכות תשפ''ה 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

זונטאג ב' דחוה''מ

פאר'ן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין בביתו נאוה קודש פאר די בר מצוה בחורים.
ב"ר נפתלי הירצקא שטיין הי"ו.
ב"ר יוסף מויזקאפף הי"ו.

דער רבי איז אריינגעקומען צו תפילת שחרית אין ביהמ''ד הגדול ארום 10:05. בעל תפילה: משב"ק הרה"ח ר' שלמה זלמן שטיין הי"ו. דער רבי האט געזאגט וכרות פסוק בפסוק, און צוגעגאנגען צו הלל און אפגעראכטן עבודת קדשו בעת די נענועים מיט גרויס ברען און התעוררות, און דערנאך פארגעזאגט די הושענות. פתיחה: הרה"ח ר' יצחק ברוך ברוין הי"ו (מאנסי).

עליות. כהן: בעל ברית הרה"ח ר' יואל בר"ב גלאנץ הי"ו. לוי: הרה"ח ר' יוסף משה אונגאר הי"ו (מאנסי). שלישי: הר"ר נפתלי לעבאוויטש שליט"א (וומסב''ג). רביעי: רבינו שליט"א. הגבה: הרה"ג ר' בערל גלאנץ שליט"א מבארדיוב. גלילה: הרה"ח ר' ליפא פריעדמאן הי"ו (וומסב''ג).

מוסף: הרה"צ ר' חיים אלעזר ווייס שליט"א מ'חמעלניק מאנסי.

נאכן דאווענען איז פארגעקומען א ברית לבן הנולד אצל ר' יואל בר"ב גלאנץ הי"ו, ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל. מען האט געענדיגט ארום 12:45.

נאכמיטאג ארום 6:20 איז דער רבי אריבער אין ביהמ"ד בית אלעזר בשכונת ויואל משה צו די הכנסת ספר תורה אריינגעגעבן געווארן דורך הרה"ח ר' שמחה נפתלי קלאגסברוין הי"ו, דער רבי האט איבערגענומען די ס''ת און אפגעראכטן די ריקודי קודש א לענגערע צייט און מכבד געווען בנו הגה"צ אב"ד סיגוט שליט"א רב הביהמ"ד צו טאנצן, און דערנאך פארגעזאגט לדוד מזמור כנהוג, און מאציל געווען מברכות קדשו.

דער רבי האט געדאווענט מנחה ארום 7:00, און מעריב ביים זמן אום 7:20 בביתו נאוה קודש.

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️