בס"ד · Satmara Niyesאידיש
Satmara Niyes Satmara Niyes

The news is written in Yiddish. Translate news to English

Thursday29 Tishrei 578510/31/2024

Report
אין ווייטערדיגע מאסיווע השתדלות-מיטינגען פון כ"ק רבינו הגה''ק שליט"א פאר'ן קאמף קעגן דעם גזירת החינוך, ולמען הכלל והפרט פאר אחב''י, איז היינט פארגעקומען א זיצונג מיט הויכראנגיקע פאליטישע באאמטע לרגל די בעפארשטייענדע וואלן.

ארום 11:00 איז אנגעקומען צו רבינו שליט"א אין די מאנסי אכסניא בבית הרה''ח ר' אברהם יקותיאל יערמיאש הי"ו דער הויכגעשעצטער קאנגרעס ספיקער מייק דזשאנסאן אינאיינעם מיט'ן קאנגערסמאן מייק לאולער וועלכע פארטרעט מאנסי און לויפט פאר ווידערוויילונג, אין באגלייטונג פון די ראשי והנהלת העיר קרית יואל הרה"ח ר' גדלי סעגעדין הי"ו, וראשי קהלתינו הק' אין מאנסי, מען האט א לענגערע צייט ארומגערעדט איבער דעם גזירת החינוך אין ניו יארק, און וואס זיי קענען ארויסהעלפן מיט אלעם וואס איז בידם, אזוי אויך אנדערע נושאים לטובת הכלל, און זיי האבן פארשפראכן צו מיטארבעטן מיט אלע זאכן וואס וועלן אויפגעברענגט ווערן אנבאלאנגט דעם פראבלעם פון חינוך און אלע אנדערע ענינים, און רבינו שליט"א האט זיי מאציל געווען מברכת קדשו לרגל די בעפארשטייענדע וואלן.
(בילדער קרעדיט: מאנסי-סקופּ)

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
וואטסעפפ גרופע