דאנערשטאג 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א
נאך תפילת שחרית ארום 10:30 איז דער רבי אריבער געפארן קיין מאנסי בבית האכסניא פון הרה"ח ר' אברהם יקותיאל יערמיאש הי"ו.
ארום 11:00 איז אנגעקומען צו די אכסניא אויף א וויכטיגע זיצונג - נאכפאלגענדיג די פולע מאסיווע השתדלות-מיטונגען אונטערגענומען דורך רבינו שליט''א צו ראטעווען דאס יהדות ניו יארק פון די גזירות החינוך ולמען הכלל והפרט פאר אחב''י. - דער הויכגעשעצטער קאנגרעס ספיקער מייק דזשאנסאן אינאיינעם מיט'ן קאנגערסמאן מייק לאולער וועלכע פארטרעט מאנסי און לויפט פאר ווידערוויילונג, אין באגלייטונג פון די ראשי והנהלת העיר קרית יואל הרה"ח ר' גדלי סעגעדין הי"ו, וראשי קהלתינו הק' אין מאנסי.
דער זיצונג איז אריבער גאר ווארעם מיט א שטארקע פארשטענדעניש אויף אונזערע געברויכן, דערביי האט דזשאנסאן זיך אויך שטארק באדאנקט אויף דעם וואס אנ"ש האט אינדארסירט דעם געוועזענעם פרעזידענט טראמפ, נאכ'ן זיך טרעפן מיט זיין טיעם אינעם טראמפ טאוער פאר די זעלבע צוועקן וואס ווערן דא אויסגעשמועסט.
מען האט א לענגערע צייט ארומגערעדט איבער דעם גזירת החינוך אין ניו יארק, און וואס זיי קענען ארויסהעלפן מיט אלעם וואס איז בידם, "די עדיוקעישן דעפט. וויל מיר זאלן זיין 'סובסטענשל עקוויווילענט' צו די לימודים פון פובליק שולע, מיר זאגן אבער, מ'דארף קוקן אויב מיר זענען סובסטענשל עקוויווילענט ביי די 'רעזולטאטן'... די גוטע פירות פון אונזער חינוך, עס איז נישטא קיין קרימינאלן, עס איז דא ריזיגע ביזנעסלייט, א לעבעדיגע עקאנאמיע, א הערליכע האוזינג מארקעט, דער רבי האט דערציילט פאר'ן ספיקער וויפיל קינדער אונזערע מוסדות איבער ניו יארק האבן ב"ה שטייענדיג ביי ארום 50,000 תשב"ר בליעה"ר, וואס האט שטארק עושה רושם געווען און געברענגט גרויס התפעלות. אזוי אויך ארומגערעדט איבער נאך אנדערע נושאים לטובת הכלל, און זיי האבן פארשפראכן צו מיטארבעטן מיט אלע זאכן וואס וועלן אויפגעברענגט ווערן אנבאלאנגט דעם פראבלעם פון חינוך און אלע אנדערע ענינים, און רבינו שליט"א האט זיי מאציל געווען מברכת קדשו לרגל די בעפארשטייענדע וואלן.
דער רבי האט געדאווענט שחרית בבית האכסניא ארום 9:15. פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים.
ב"ר קלמן אליעזר סעיד הי"ו.
ב"ר אברהם שלמה אלעזר בערקאוויטש הי"ו.
ב"ר יואל ברח"ב פילאפף הי"ו.
בעל תפילה: הב' יצחק ב"ר אברהם שלמה אלעזר בערקאוויטש הי"ו. בעל קורא: ר' יואל ברח"ב פילאפף הי"ו.
פתיחה: ר' יואל הלל בערקאוויטש הי"ו. כהן: ר' יעקב ברמ"ח פריעדמאן הי"ו. לוי: הב' לוי יצחק ב"ר יחזקאל שרגא פערל הי"ו. שלישי: הב' הבר מצוה ב"ר קלמן אליעזר סעיד הי"ו. הגבה: רבינו שליט''א. גלילה: הב' הבר מצוה ב"ר אברהם שלמה אלעזר בערקאוויטש הי"ו.
נאכן דאווענען איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים.
נאך תפילת שחרית ארום 10:30 איז דער רבי אריבער געפארן קיין מאנסי בבית האכסניא פון הרה"ח ר' אברהם יקותיאל יערמיאש הי"ו.
ארום 11:00 איז אנגעקומען צו די אכסניא אויף א וויכטיגע זיצונג - נאכפאלגענדיג די פולע מאסיווע השתדלות-מיטונגען אונטערגענומען דורך רבינו שליט''א צו ראטעווען דאס יהדות ניו יארק פון די גזירות החינוך ולמען הכלל והפרט פאר אחב''י. - דער הויכגעשעצטער קאנגרעס ספיקער מייק דזשאנסאן אינאיינעם מיט'ן קאנגערסמאן מייק לאולער וועלכע פארטרעט מאנסי און לויפט פאר ווידערוויילונג, אין באגלייטונג פון די ראשי והנהלת העיר קרית יואל הרה"ח ר' גדלי סעגעדין הי"ו, וראשי קהלתינו הק' אין מאנסי.
דער זיצונג איז אריבער גאר ווארעם מיט א שטארקע פארשטענדעניש אויף אונזערע געברויכן, דערביי האט דזשאנסאן זיך אויך שטארק באדאנקט אויף דעם וואס אנ"ש האט אינדארסירט דעם געוועזענעם פרעזידענט טראמפ, נאכ'ן זיך טרעפן מיט זיין טיעם אינעם טראמפ טאוער פאר די זעלבע צוועקן וואס ווערן דא אויסגעשמועסט.
מען האט א לענגערע צייט ארומגערעדט איבער דעם גזירת החינוך אין ניו יארק, און וואס זיי קענען ארויסהעלפן מיט אלעם וואס איז בידם, "די עדיוקעישן דעפט. וויל מיר זאלן זיין 'סובסטענשל עקוויווילענט' צו די לימודים פון פובליק שולע, מיר זאגן אבער, מ'דארף קוקן אויב מיר זענען סובסטענשל עקוויווילענט ביי די 'רעזולטאטן'... די גוטע פירות פון אונזער חינוך, עס איז נישטא קיין קרימינאלן, עס איז דא ריזיגע ביזנעסלייט, א לעבעדיגע עקאנאמיע, א הערליכע האוזינג מארקעט, דער רבי האט דערציילט פאר'ן ספיקער וויפיל קינדער אונזערע מוסדות איבער ניו יארק האבן ב"ה שטייענדיג ביי ארום 50,000 תשב"ר בליעה"ר, וואס האט שטארק עושה רושם געווען און געברענגט גרויס התפעלות. אזוי אויך ארומגערעדט איבער נאך אנדערע נושאים לטובת הכלל, און זיי האבן פארשפראכן צו מיטארבעטן מיט אלע זאכן וואס וועלן אויפגעברענגט ווערן אנבאלאנגט דעם פראבלעם פון חינוך און אלע אנדערע ענינים, און רבינו שליט"א האט זיי מאציל געווען מברכת קדשו לרגל די בעפארשטייענדע וואלן.
נאך די אסיפה ארום 11:45 איז דער רבי אריבער אויף א באזוך ביי ש"ב כ"ק אדמו"ר מוויזניץ מאנסי שליט"א, עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס איבער ישיבות אמאל און היינט, און איבער פארשידענע מנהגי חודש תשרי, האדמו"ר מוויזניץ מאנסי שליט"א האט מכבד געווען רבינו שליט"א מיט לחיים און דער רבי האט אים מאציל געווען מברכת קדשו.
דער רבי האט געדאווענט מנחה בבית האכסניא ארום 6:40 און מעריב ביים זמן ר"ת, בעל תפילה: הבה"ח משה ארי' ב"ר אליעזר ווידער הי"ו.
▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
