בס"ד - סאטמארע נייעסEnglish
סאטמארע נייעס סאטמארע נייעס

דאנערשטאגי"ג מרחשון תשפ"ה11/14/2024

באריכט
דאנערשטאג פרשת וירא 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

רבינו שליט''א האט געדאווענט שחרית אין ביהמ"ד הגדול.
פארן דאווענען איז פארגעקומען די ברית'ן:
לבן הנולד אצל ר' יואל סאקס הי"ו, ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.
לבן הנולד אצל ר' משה בערגער הי"ו (מאנסי), ווי דער רבי איז געווען סנדק.

דער רבי האט געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים.
בן הר"ר משה הורוויץ שליט"א חתן הגה"צ רב דקהלתינו ב''פ 15 שליט"א.
תאומים בני ר' שמואל שענהברוין הי"ו.
ב"ר מאיר ישכר הכהן קאהן הי"ו.
ב"ר חיים הערש פארקאש הי"ו.
ביים ליינען האט דער רבי עולה געווען שלישי, און גומל געבענטשט נאכן זיך צוריקקערן פון די נסיעה קיין ארגענטינע און אורעגוויי.

נאכן דאווענען איז דער גאנצער ציבור אריבער שלום נעמען פון רבינו שליט"א און עס איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בהיכל הביהמ"ד.

נאכמיטאג ארום 5:15 האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש.

פארנאכטס האט דער רבי מסדר קידושין געווען ביי די חופה פון די פאלגענדע מחותנים.
הרה"ח ר' נסים סאאל הי"ו - הרה"ח ר' רפאל דוד ג'ברא הי"ו, אין די זאלן פון כינור דוד.
הרה"ח ר' יואל ברח"א בלייער הי"ו (מאנסי) - הרה"ח ר' איתמר טובי' ברש"צ ווידער הי"ו, אין די זאלן פון בית רחל פאראדייס.

זמני כניסה בקו''פ איז געווען פון 8:00 ביז 11:25 אויפדערנאכט, בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.

בעת די זמני כניסה איז אריין בקו''פ הגאון הגדול הדומ"ץ שליט"א אינאיינעם מיט חתנו הגה''צ ר' משה טייטלבוים שליט"א דומ''ץ ביהמ"ד בית שמואל בנימין, לרגל שמחת נשואי בתו למז"ט וועלכע קומט פאר קומענדיגע וואך דינסטאג חיי שרה אין קר''י, עב"ג החתן נכד כ"ק אדמו"ר מתולדות אהרן שליט"א, דער דיין שליט"א האט שלום גענומען פון רבינו שליט"א נאך די באזוך אין ארגענטינע און אין אורעגוויי, עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס איבער די שחיטה ווי דער רבי האט א לענגערע צייט אויסגעשמועסט פילע פרטים פון די שחיטה מיטן דיין שליט"א און דער רבי האט מאציל געווען מברכת קדשו.

רבינו שליט''א האט געליינט די תנאים פון די מחותנים הרה"ח ר' יואל שמעון רובין הי"ו (וומסב''ג) - הרה"ח ר' יואל בר"מ גאלדשטיין הי"ו.

דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 11:25.

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
👁 701