זונטאג פרשת תולדות 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א
אינדערפרי איידער תפילת שחרית איז פארגעקומען א ברית לבן הנולד אצל ר' מרדכי שמואל זילבערשטיין הי"ו, ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.
רבינו שליט''א האט געדאווענט שחרית בהיכל המתיבתא סניף קדושת יואל. פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים.
ב"ר יואל מערמלשטיין הי"ו.
ב"ר שרגא יצחק ווייס הי"ו.
ב"ר אברהם יוסף שווארטץ הי"ו.
ב"ר קלונימוס אליעזר מאלח הי"ו.
ב"ר ישראל יושע קאליש הי"ו.
נאכן דאווענען האט דער רבי פארגעלערנט דעם טעגליכן תהילים שיעור אויף קאפיטל כ"ד פסוק ה'. דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בחדרו הפרטי.
דער רבי האט געדאווענט מנחה ארום 5:15 און מעריב ארום 5:45, בביתו נאוה קודש.
פארנאכטס ארום 7:40 איז געווען אויף א באזוך בקו''פ בביתו נאוה קודש כ"ק אדמו"ר מסערדאהעלי שליט"א וועלכע וויילט די יעצטיגע טעג אין קר"י לטובת ישיבתו, עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס איבער ישיבות אינדערהיים אין אייראפע און דער רבי האט שטארק משבח געווען זיין ישיבה וועלכע איז נודע לשם ולתהילה, האדמו"ר מסערדאהעלי שליט"א האט ארויסגעברענגט זיין התפעלות פון די שטאט קרית יואל, דער רבי האט אים מכבד געווען מיט לחיים און מאציל געווען מברכת קדשו, און עקסטער פארן בעל אכסניאמוה"ר עקיבא הערש קליין הי"ו און דערנאך ארויסבאגלייט ביז צו די גאס.
זמני כניסה בקו''פ איז געווען פון 8:00 ביז 9:45 אויפדערנאכט, בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.
רבינו שליט''א האט געליינט תנאים פון די פאלגענדע מחותנים.
הרה"ח ר' שמואל לאנדא הי"ו - הרה"ח ר' פייוול סופר הי"ו.
הרה''ח ר' אהרן אלעזר רובינפעלד הי"ו און הרה"ח ר' יודא הערש בערגער הי"ו.
בעת די זמני כניסה איז געווען אויף א באזוך בקו''פ הגה"צ רבי שמואל שמעלקא כהנא שליט"א אדמו"ר מפשעצלאוו אנטווערפען, דער רב שליט"א האט געגעבן פאר רבינו שליט"א ספרו 'נשים במאי זכיין' און דער רבי האט מעיין געווען א שטיק צייט און פארפירט א שיינעם שמועס איבער די ספר און אים מאציל געווען מברכת קדשו.
אויך זענען אריין בקו''פ תלמידי ישיבת מקור חיים פון פלעטבוש, דער רבי האט אויסגעפרעגט די לימודים און די בחורים זענען אריבער מקבל זיין ברכת הקודש.
נאך די זמני כניסה איז דער רבי אריבער אין ביהמ"ד ברך משה צום שמחת הבר מצוה פון נכדו הב' הבר מצוה יקותיאל יהודא ני"ו בן חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד ברך משה שליט"א, ביים אנקומען האט דער רבי געטאנצן אויפן פלאץ פאר עטליכע מינוט, נאכן זיך וואשן האט דער בר מצוה בחור געמאכט א סיום אויף
ששה סדרי משנה און נאכן סיום האט דער זיידע הגה"צ אבד"ק וואלאווע שליט"א געזאגט קדיש, במשך די סעודה האבן אויפגעטרעטן חדב"ן הגה"צ רב הביהמ"ד שליט"א און דער זיידע הגה"צ אבד"ק וואלאווע שליט"א, און נאך די זופ האט דער בר מצוה בחור געזאגט די פשעטל.
דער רבי האט משמיע געווען דב"ק אויפן פסוק 'ויתן לך אלקים מטל השמים' און געטייטשט אז מען דארף האבן יראת שמים פאר מען לערנט תורה צו לערנען תורה בטהרה און נאכן לערנען כדי די תורה זאל האבן א קיום אויף שפעטער, און ארויסגעברענגט לשבח פונעם בר מצוה בחור וועלכע האט מסיים געווען ששה סדרי משנה און אנגעוואונטשן ער זאל קענען מסיים זיין כל הש"ס און זיך פירן אין די וועגן פונעם זיידן הגה"ק בעל ייטב לב זיע''א נאך וועם ער טראגט זיין נאמען, און מסיים געווען מיט ברכות לרוב.
מיטן בענטשן האט דער רבי מכבד געווען דער בר מצוה בחור, מען האט געענדיגט ארום 11:00.
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
