בס"ד - סאטמארע נייעסEnglish
סאטמארע נייעס סאטמארע נייעס

מיטוואךכ"ו מרחשון תשפ"ה11/27/2024

באריכט
מיטוואך פרשת תולדות 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

דער רבי האט געדאווענט שחרית בהיכל המתיבתא סניף ויואל משה. פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים.
ב"ר אברהם אבא לאנדא הי"ו.
ב"ר מנחם הירש הי"ו.

נאכן דאווענען האט דער רבי פארגעלערנט דעם טעגליכן תהילים שיעור אויף קאפיטל כ"ד פסוק ה'. דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בחדרו הפרטי.

ארום 12:30 איז דער רבי אריבער צו די מעמד יציקת הבורות פאר די מקוה אין ביהמ"ד החדש ישראל שלום אין שכונת ויואל משה וועלכע האלט אינמיטן אירע בוי פאזעס, דער רבי האט געגאסן די מקוה און מכבד געווען צו גיסן די אנוועזנדע רבנים שליט"א כ"ק אדמו"ר מסערדאהעלי שליט"א, הגאון הגדול הדומ"ץ שליט"א, בנו הגה"צ אב"ד סיגוט שליט"א, און די אנדערע חשוב'ע רבני ודייני קהלתינו, און הרבני הנגיד ר' עקיבא הערש קליין הי"ו נדבן הביהמ"ד ובונה השכונה און נאך חשובע פני הקהילה.
דערנאך האט זיך דער רבי אומגעקוקט אויפן ביהמ"ד וואס האלט אינמיטן די בוי פאזעס און געהערט א באריכט פונעם נדבן הביהמ"ד הרבני הנגיד ר' עקיבא הערש קליין הי"ו איבער די פלענער פונעם ביהמ"ד, דערנאך איז דער רבי אריבער צום דערנעבנדיגן ביהמ"ד בית אלעזר צום מסיבת לחיים, עס האט זיך פארמירט א שיינע שמועס מיט די חשובע רבנים שליט"א, צווישן אנדערע זכרונות פון רביה"ק בעל דברי יואל זיע''א און פארשידענע אינטערסאנטע שאלות וואס האבן זיך געמאכט אין די לעצטערע טעג, דער רבי האט געטרינקן לחיים און אנגעוואונטשן פאר די רבנים שליט"א און עקסטער פאר הרה"ג ר' יצחק טריגער שליט"א מגדולי המומחים בעניני מקוואות, פארן נדבן הרבני הנגיד ר' עקיבא הערש הי"ו און פארן גאנצן ציבור, דערנאך האט אויפגעטרעטן הגה"צ אב"ד סיגוט שליט"א, און דער רבי האט איבערגעקוקט די סקיצעס און פלענער פונעם ביהמ"ד, מען האט געזינגען עטליכע ניגונים לכבוד המאורע, מען האט געענדיגט ארום 1:10.

ארום 3:00 איז געווען אויף א באזוך בקו''פ בביתו נאוה קודש הגאון רבי משה בראנדסדארפער שליט"א גאב"ד היכל הוראה בירושלים עיה"ק, עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס בהלכה און דער רב שליט"א האט געגעבן פאר רבינו שליט"א ספרו שו"ת היכל הוראה ו' כרכים און דער רבי האט אים מאציל געווען מברכת קדשו.

ארום 5:15 האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש.

ארום 6:00 איז דער רבי אריבער בהיכל הכולל ווי דער רבי האט משמיע געווען דבר ה' זו הלכה הוראת קדשו בענין החדר"ג העומד על הפרק ובדברים חמורים למען קדושת העיר און ממשיך געווען מיט דברי הדרכה פאר די רבני ולומדי הכולל בנוגע די ענינים און מסיים געווען בברכת קדשו.

זמני כניסה בקו''פ איז געווען פון 8:30 ביז 12:15 אויפדערנאכט, בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.

רבינו שליט''א האט געליינט די תנאים פון די מחותנים הרה"ח ר' מאיר סטרולאוויטש הי"ו - הרה"ח ר' נפתלי יעקב ווערצבערגער הי"ו.
הרה"ח ר' יואל בר"ה טייטלבוים הי"ו - הרה"ח ר' ישראל דאווידאוויטש הי"ו.

דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 11:30 און דערנאך ווייטער ממשיך געווען אויפנעמען דעם ציבור.

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️