בס"ד - סאטמארע נייעסEnglish
סאטמארע נייעס סאטמארע נייעס

מיטוואךג' כסלו תשפ"ה12/4/2024

באריכט
מיטוואך פרשת ויצא 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

אינדערפרי איידער תפילת שחרית איז פארגעקומען א ברית לבן הנולד אצל ר' יואל ברא"ש פריעדלענדער הי"ו ווי דער רבי איז געווען סנדק.

דער רבי האט געדאווענט שחרית בהיכל המתיבתא סניף ויואל משה. פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים:
- ב"ר מנחם משה גאלד הי"ו.
- ב"ר אברהם שימאן הי"ו.
- ב"ר יואל וויינשטאק הי"ו.
- ב"ר יואל פאוועל הי"ו.

נאכן דאווענען האט דער רבי פארגעלערנט דעם טעגליכן תהילים שיעור אויף קאפיטל כ"ד פסוק ז'. דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בחדרו הפרטי.

אין די פארמיטאג שעה'ן איז דער רבי געווען אויף די וועכענטליכע באזוך אינעם בית השחיטה המהודרת.

נאכמיטאג איז פארגעקומען א ברית לבן הנולד אצל ר' פישל בר"ה כ"ץ הי"ו בביתו, ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל, נאכן ברית האט דער רבי געטרינקן לחיים און אנגעוואונטשן פארן בעל ברית ובני משפחתו.

דערנאך איז דער רבי ארויף בהיכל הישיבה סניף ויואל משה ווי דער רבי האט געלערנט מיט א חברותא מתלמידי הישיבה בחדרו הפרטי. און ארום 5:10 האט דער רבי געדאווענט מנחה אין ישיבה.

פארנאכטס האט דער רבי מסדר קידושין געווען ביי די חופה פון די פאלגענדע מחותנים.
- הרה"ח ר' שלמה קליין הי"ו - הרה"ח ר' יואל דוד דרעזדנער הי"ו, אין די זאלן פון כינור דוד.
- הרה"ח ר' יואל בר"ר שווארטץ הי"ו - הרה"ח ר' שמעון אהרן כ"ץ הי"ו, אין די זאלן פון גינת קליין.

זמני כניסה בקו''פ איז געווען פון 8:00 ביז 9:30 אויפדערנאכט, בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.

בעת די זמני כניסה איז אריין בקודש פנימה הר"ר יצחק העללער שליט"א פון לעיקוואד אין באגלייטונג פון חברי וועד המקוואות שע"י בית הוראה דקהלתינו הק' ווי מען האט פארגעשטעלט פארן רבי'ן א נייע סארט פילטער פאר מקוואות, דער רבי האט איבערגעקוקט דעם מאשין א לענגערע צייט און באטראכט אלע חלקים ופרטי פרטים פון די מאשין, און אויסגעשמועסט אלע צדדים בהלכה, בהשקפה, און פראקטיק.

אויך איז אריין בקודש פנימה הרה"ג ר' ארי' לייבוש טייטלבוים שליט"א בן הגה"צ אבד''ק בית אהרן שליט"א וחתן הרה"צ רבי אהרן מענדל טווערסקי שליט"א בן כ"ק אדמו"ר מסקווירא שליט"א איינצולאדענען און מקבל זיין ברכת הקודש לרגל די שמחת החתונה פון בנו החתן וועלכע קומט פאר קומענדיגע וואך דינסטאג וישלח אין שיכון סקווירא, און דער רבי האט אים מאציל געווען מברכת קדשו.

דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 9:30.

נאך מעריב איז דער רבי אריבער אין ביהמ"ד אבני צדק צום שמחת התנאים פון נכדתו הכלה בת חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד אבני צדק שליט"א, עב''ג החתן הרב מרדכי זאב רובין שליט"א בן הגה"צ רבי יהושע שלום נתן רובין שליט"א אבד"ק גלאגוב, ביים אנגעקומען האט זיך דער רבי באגריסט מיט די רבנים, עס האבן אויפגעטרעטן די מחותנים שליט"א, דער רבי האט מסדר געווען די תנאים, און דערנאך געליינט די תנאים, און דערנאך געטרינקן לחיים און אנגעוואונטשן פארן חתן, מחותנים, און פארן גאנצן ציבור, און משמיע געווען דב"ק בעניני נישואין, און ממשיך געווען מיט עטליכע סיפורים בעניני נשואין פון די גרויסע זיידעס זיע''א פון וועם די חתן כלה זענען אייניקלעך, און מסיים געווען מיט ברכות לרוב.
דערנאך האט דער חתן געזאגט די פשעטיל און מען האט אריינגעזינגען כנהוג, מען האט געזינגען ניגוני שמחה און דער גאנצער ציבור איז אריבער וואונטשן מזל טוב פאר רבינו שליט"א. מען האט פארענדיגט ארום 11:15, אויפן וועג ארויס האט דער רבי אנגעוואונטשן פאר די כלה.

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
👁 629