בס"ד - סאטמארע נייעסEnglish
סאטמארע נייעס סאטמארע נייעס

דינסטאגט' כסלו תשפ"ה12/10/2024

באריכט
דינסטאג פרשת וישלח 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

אינדערפרי איידער תפילת שחרית איז פארגעקומען א ברית לבן הנולד אצל ר' עקיבא יונתן ווייס הי"ו, ווי דער רבי איז געווען סנדק.

רבינו שליט''א האט געדאווענט שחרית אין ביהמ"ד ישמח משה לרגל די שמחת ברית מילה ביי נכדו בן הנולד אצל הרב יחזקאל שרגא מייזליש שליט"א בן חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד ישמח משה שליט"א וחתן הרה"ג ר' יושע רובין שליט"א אב"ד ראדאוויץ בן הגה"צ אבד"ק בריזדאוויץ שליט"א וחתן האדמו"ר מפאפא ב"פ שליט"א.

פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים.
- ב"ר ירמי' צבי ראטה הי"ו.
- ב"ר יואל ראטה הי"ו.

נאכן דאווענען איז פארגעקומען די שמחת הברית מילה בהיכל הביהמ"ד, רבינו שליט"א איז מכובד געווארן מיט סנדקאות.
- מוהלות: האדמו"ר מפאפא ב"פ שליט"א.
- סנדק מעומד: חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד ישמח משה שליט"א.
- ברכות וקריאת השם: הגה"צ אבד"ק בריזדאוויץ שליט"א, ויקרא שמו בישראל: 'יקותיאל יודא' נאכן עלטער זיידן הגה"צ אבד"ק סיגעיט זצ"ל.
נאכן ברית איז דער ציבור אריבער וואונטשן מזל טוב פאר רבינו שליט"א, און עס איז פארגעקומען א לחיים פאר די בר מצוה בחורים בחדר הפרטי.

נאך עטליכע מינוט איז דער רבי אריינגעקומען צו די סעודת ברית בהיכל הביהמ"ד, ביי די סעודה האט אויפגעטרעטן דער בעל שמחה אבי הבן הרב יחזקאל שרגא שליט"א, און די זיידעס הגה"צ אבד"ק בריזדאוויץ שליט"א און חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד ישמח משה שליט"א.
מיט יום ליבשה האט דער רבי מכבד געווען נכדו הרב מאיר אליעזר מייזליש שליט"א.

רבינו שליט''א האט משמיע געווען דברות קודש בעניני ברית מילה, און ווארעם אנגעוואונטשן פארן בעל שמחה שליט"א, און פאר די חשובע זיידעס, און פארן גאנצן ציבור.
מיטן בענטשן האט דער רבי מכבד געווען דעם מוהל האדמו"ר מפאפא ב"פ שליט"א און מיט די הרחמן'ס די בני המשפחה, מען האט געענדיגט ארום 1:30.
דערנאך איז דער רבי ארויף אין שטוב פון חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד ישמח משה שליט"א ווי דער רבי האט אנגעוואונטשן פאר די יולדות.

נאכמיטאג ארום 4:15 האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש.

נאך מנחה האט זיך דער רבי ארויסגעלאזט אויפן וועג קיין שיכון סקווירא ווי דער רבי האט זיך משתתף געווען במעמד החופה ביי די שמחת החתונה פון חתן כלה נכדי גיסו כ"ק אדמו"ר מסקווירא שליט"א, דער רבי איז אנגעקומען ארום 5:20, נאך די חופה האט דער רבי אנגעוואונטשן פאר גיסו כ"ק אדמו"ר מסקווירא שליט"א פאר מחותנו הגה"צ אבד''ק בית אהרן שליט"א און פאר די אנוועזנדע רבנים שליט"א.
דערנאך ארום 5:45 האט זיך דער רבי ארויסגעלאזט אויפן וועג קיין וומסב''ג צו די וועכענטליכע זמני כניסה.

ביים אנקומען אין וומסב''ג ארום 7:00 איז דער רבי צום ערשט אריבער אויף קביעת מזוזה אין וומסב''ג בבית דירתו וביהמ''ד החדש פון הרבני הנגיד הנכבד איש החסד ר' שלמה זלמן פעדער הי"ו מגדולי תומכי מוסדות רבינו די בכל אתר ואתר.
דער רבי האט קובע געווען א מזוזה און דערנאך זיך אומגעקוקט אינעם ביהמ"ד, דער רבי האט געטרינקן א לחיים און ווארעם אנגעוואונטשן פאר ר' שלמה זלמן הי"ו ובניו משפחתו.

זמני כניסה בקו''פ איז געווען פון 7:30 ביז 11:45 אויפדערנאכט, בביתו נאוה קודש אויף היוז סט.

בעת די זמני כניסה איז געווען אויף א באזוך בקו''פ הגה"צ אב"ד איבראן שליט"א, עס האט זיך פארמירט א שיינער שמועס בעניני סופרות און איבער דעם נייעם מהודר'דיגן פעדער פון שטיין לכתיבת סת"ם און דער רבי האט אים מאציל געווען מברכת קדשו.

דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 9:30 און דערנאך ווייטער ממשיך געווען אויפנעמען דעם ציבור.

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️