דאנערשטאג פרשת וישלח 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א
דער רבי האט געדאווענט שחרית בהיכל המתיבתא סניף ברך משה. פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים.
- ב"ר קלמן אליעזר לעווי הי"ו.
- ב"ר חיים יוסף לייב מארקאוויטש הי"ו.
- ב"ר מנחם יעקב קליין הי"ו.
- ב"ר חיים בערגער הי"ו.
ביים ליינען איז דער רבי געגאנגען הגבה. און נאכן דאווענען פארגעלערנט דעם טעגליכן תהילים שיעור אויף קאפיטל כ"ד פסוק ז', ווי דער רבי האט מעורר געווען די בחורים זיך צוצוגרייטן צום יו"ט חנוכה הבעל"ט מיטן לערנען חסידישע ספרים ובפרט ספה"ק קדושת לוי און מאכן מיט די א ריכטיגע הכנה. דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בחדרו הפרטי.
נאכמיטאג ארום 5:15 האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש.
פארנאכטס האט דער רבי מסדר קידושין געווען ביי די חופה פון החתן המשב"ק חנני' יו"ט ליפא ב"ר ישראל יעקב דייטש הי"ו עב"ג הכלה בת הרה"ח ר' זלמן לייב פאלקאוויטש הי"ו, אין די זאלן פון כינור דוד.
דערנאך ביי די חופה פון די פאלגענדע מחותנים
- הרה"ח ר' יצחק אייזיק פאוועל הי"ו - הרה"ח ר' שמואל יודא שטיין הי"ו, אין די זאלן פון בית רחל פאראדייס.
- הרה"ח ר' ישראל נחמי' שווארטץ הי"ו - הרה"ח ר' יוסף וועבער הי"ו, אין די זאלן פון קרן ויואל משה.
זמני כניסה בקו''פ איז געווען פון 8:15 ביז 11:30 אויפדערנאכט, בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.
בעת די זמני כניסה זענען אריין בקודש פנימה חברי 'וועד הכשרות קרית יואל' אין שפיץ פון הרה"ג ר' הערש לייב בערנשטיין שליט"א יו"ר הוועד, מען האט אויסגעשמועסט פארשידענע שאלות וואס האבן זיך געמאכט אין די לעצטערע תקופה און איבערגעגאנגען פארשידענע פלענער אויף ווייטער צו פארזיכערן אז אלע פראדוקטן וואס ווערן פארקויפט אין קר"י זענען אויסגעהאלטן בתכלית הכשרות און דער רבי האט מאציל געווען מברכת קדשו.
רבינו שליט''א האט געליינט די תנאים פון די פאלגענדע מחותנים
- הרה"ח ר' משולם שמעי' פריעדמאן הי"ו - הרה"ח ר' ליפא ראזענפעלד הי"ו.
- הרה"ח ר' יעקב מרדכי בר"י טייטלבוים הי"ו - הרה"ח ר' חיים לייב מארקאוויטש הי"ו.
דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 11:30.
נאך מעריב איז דער רבי אריבער צו די שמחת החתונה פון החתן המשב"ק חנני' יו"ט ליפא דייטש ני"ו, דער רבי האט געמאכט א לחיים און אנגעוואונטשן פארן חתן, מחותנים, זיידעס, און פארן גאנצן ציבור, און דערנאך אפגעראכטן די ריקודי קודש לפני הכלה און דערנאך געטאנצן מיטן חתן.
▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
