בס"ד - סאטמארע נייעסEnglish
סאטמארע נייעס סאטמארע נייעס

מיטוואךא' טבת תשפ"ה1/1/2025

באריכט
ליל ז' דחנוכה 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 6:00 בביתו נאוה קודש, פאר מעריב האט הב' יעקב ב"ר חיים וואלף פאלקאוויטש הי"ו אנגעצינדן די מנורה.

ארום 9:15 איז רבינו שליט''א אריינגעקומען אין ביהמ''ד הגדול צו הדלקת נירות חנוכה ברוב עם הדרת מלך, דער רבי האט אריינגעגאסן די אויל און געזאגט די ברכות ההדלקה.
דערנאך האט דער רבי געזאגט די זמירות און מען האט געזונגען נגוני התעוררות, און די קאפעליע האט געזונגען די פיוטים כנהוג.

דערנאך האט רבינו שליט''א משמיע געווען דב''ק דברי דרוש ופלפול אין די סוגיא במס' שבת פון כבתה זקוק לה, און דערנאך ממשיך געווען בדרך אגדה אז דורך קוקן אויף די נרות חנוכה איז מען מעורר די שם הוי''ה וואס איז משפיע חסדים גלויים, עס זאל זיין 'הראנו ה' חסדך' מען זאל עס קענען זען מיט די אויגן, און מסיים געווען מיט ברכות לרוב פארן גאנצן ציבור.

נאך די דב''ק האט מען ממשיך געווען צו זינגען ניגונים, דער רבי האט געטרינקן לחיים און געוואונטשן ברכות קדשו. מען האט געענדיגט ארום 10:35.

דערנאך איז דער רבי אריבער אין מבצר הכוללים צום יערליכן כינוס התחזקות דורך 'חבורת ליל שישי', מען האט געזינגען ניגוני התעורורות און עס האט אויפגעטרעטן הר"ר הערשל קאהן שליט"א - מראשי החבורה.
דער רבי האט געטרינקן לחיים און אנגעוואונטשן פארן גאנצן ציבור, און משמיע געווען דב''ק והתחזקות אז פון חנוכה זעט מען אז מען גייט בתר איכות, און די חבורה צילט צו אויפהייבן די איכות פונעם מענטש דורכ'ן זיך מחזק בעבודת השם מיטן לערנען חסידישע ספרים וואס דאס ברענגט אריין א אמת'ע השתוקקות לדבר מצוה, און מסיים געווען בברכת קדשו. מען האט געענדיגט ארום 11:00.

מיטוואך פרשת ויגש ז' דחנוכה - ב' דר"ח טבת

אינדערפרי איידער תפילת שחרית איז פארגעקומען א ברית לבן הנולד אצל ר' ישעי' מאיר בלייך הי"ו, ווי דער רבי איז געווען סנדק.

דער רבי האט געדאווענט שחרית בהיכל המתיבתא סניף ויואל משה. דער רבי איז צוגעגאנגען צו הלל, און ביים ליינען האט דער רבי עולה געווען רביעי.

נאכמיטאג ארום 5:15 האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש.


▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️