בס"ד - סאטמארע נייעסEnglish
סאטמארע נייעס סאטמארע נייעס

דאנערשטאגב' טבת תשפ"ה1/2/2025

באריכט
דאנערשטאג פרשת ויגש זאת חנוכה 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

אינדערפרי איידער תפילת שחרית איז פארגעקומען די ברית'ן:
- לבן הנולד אצל ר' הערשל מיטטעלמאן הי"ו, ווי דער רבי איז געווען סנדק.
- לבן הנולד אצל ר' יוסף מארקאוויטש הי"ו, ווי דער רבי איז געווען סנדק.

דער רבי האט געדאווענט שחרית בהיכל ישיבה גדולה שיעור ד'. פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים.
- ב"ר חיים הערש כ"ץ הי"ו.
- ב"ר ישעי' שבתי בראך הי"ו.
- ב"ר חנני' יו"ט ליפא שאלאמאן הי"ו.

דער רבי איז צוגעגאנגען צו הלל און ביים ליינען געגאנגען הגבה.

נאכן דאווענען איז פארגעקומען א מסיבת לחיים בהיכל הביהמ"ד, מען האט געזינגען עטליכע ניגונים, דער רבי האט געטרינקן לחיים און אנגעוואונטשן פאר די רמ"י הישיבה, בר מצוה בחורים, און אלע תלמידי הישיבה, און מען איבערגעגעבן א קוויטל כוללות פון אלע תלמידי הישיבה און מען האט ממשיך געווען מיט ניגוני התעוררות.
דערנאך האט דער רבי משמיע געווען ברכת הקודש חנוכה דארף זיין 'איש וביתו' און איז מסוגל פאר שידוכים און אנגעוואונטשן שידוכים פאר אלע בחורים, דערנאך זענען אלע תלמידי הישיבה אריבער און דער רבי האט פארטיילט מטבעות קודש פאר אלע בחורים.

דערנאך איז דער רבי ארויס אין חצר פון ישיבה צו שריפת הפתילות, דער רבי האט אנגעצינדן די מדורה און אריינגעווארפן די קנויטן, און געטאנצן אויפן פלאץ פאר עטליכע מינוט, מען האט געענדיגט 1:00.

נאכמיטאג ארום 4:45 האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש.

נאך מנחה ארום 5:15 איז דער רבי אריבער אין די זאלן פון כינור דוד ווי דער רבי האט מאריך געווען שלחנו הטהור לכבוד זאת חנוכה אינאיינעם מיט תלמידי שיעור ג' פון די ניין סניפי ישיבות קטנות פון מוסדות קרית יואל. דער רבי האט זיך געוואשן צו די סעודה, במשך די סעודה האט מען מאריך געווען מיט ניגוני חנוכה וימים נוראים.
מיט מזמור שיר חנוכת האט דער רבי מכבד געווען הרה"ג ר' וואלף לאנדא שליט"א מנהל ישיבה סניף רב טוב.
דער רבי האט משמיע געווען דב"ק און נאך די דברי דרוש ופלפול בעניני חנוכה, ממשיך געווען מיט הדרכה פאר די בחורים, בעניני טעכנעלאגיע, נישט צו רעדן מיט די תפילין, און ארויסגעברענגט די חשיבות פון די בחור'ישע יארן, און מסיים געווען מיט ברכות לרוב פאר אלע בחורים.
מיטן ברכהמ''ז האט דער רבי מכבד געווען דעם ראש המנהלים הרה''ג ר' ברוך שלמה וויינבערגער שליט"א. מען האט געענדיגט ארום 6:50.

זמני כניסה בקו''פ איז געווען פון 8:20 ביז 11:50 אויפדערנאכט, בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.

בעת די זמני כניסה איז פארגעקומען א כתיבת האותיות פאר די ספר תורה וואס ווערט געשריבן דורך האדמו''ר מסערעדנא בני ברק שליט"א דער רבי האט אריינגעשריבן די אותיות, געטרינקן לחיים און עס האט זיך פארמירט א שיינע שמועס בעניני כתיבת ספר תורה און דער רבי האט אים מאציל געווען מברכת קדשו.

אויך זענען אריין בקו''פ הנהלת כולל חבת ירושלים אין שפיץ פון הגה"צ ר' ישכר בעריש רובין שליט"א מדאמבראווע און הגה"צ ר' שלמה רובין שליט"א אב"ד ציעשנוב קר"י מקבל זיין ברכת הקודש לקראת די מעמד 'רצונו של צדיק' וואס קומט פאר דעם מוצ"ש אין קר"י לטובת הכולל, עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס איבער די היסטאריע פונעם כולל און די פעולות פונעם כולל היינטיגע צייטן, צווישן אנדערע איז געוויזן געווארן א בריוו פון הגה"ק מטאלטשאווע זיע''א לטובת הכולל און א בעכער פונעם הרה''ק ראפשיצער רב זיע''א פון וואס די נדבנים וועלן האבן די זכי' צו קענען טרינקן דערפון, און דער רבי האט עס באטראכט פאר א לענגערע צייט מיט גרויס התרגשות, און מאציל געווען מברכת קדשו.

רבינו שליט''א האט געליינט די תנאים פון די פאלגענדע מחותנים.
- הרה"ח ר' יוסף לייב בר"א קויפמאן הי"ו - הר"ר יואל ברד"ש בערגער שליט"א.
- הרה"ח ר' אהרן וואלף פאלאטשעק הי"ו - הרה"ח ר' וואלף בר"מ לאנדא הי"ו.

אזוי אויך זענען אריין בקו''פ עסקנים פון וועד הפעולה שע"י העדה החרדית בארה''ב מקבל זיין ברכת הקודש לקראת די מגבית 'חבר נאמן' אנצושליסן טויזענט אנשי שלומינו אלץ 'מעמבערס' אין די עדה החרדית, דער רבי האט געהערט א באריכט פון די פעולות פונעם וועד און די גרויסע געלטער וואס ווערט פארטיילט דורך כ"ק פוסק הדור ומרא דארעא קדישא שליט"א און מאציל געווען מברכת קדשו.

דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 11:50.


▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
👁 559