בס"ד - סאטמארע נייעסEnglish
סאטמארע נייעס סאטמארע נייעס

מאנטאגי"ג טבת תשפ"ה1/13/2025

באריכט
מאנטאג פרשת שמות 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

אינדערפרי איידער תפילת שחרית איז פארגעקומען די ברית'ן:
- לבן הנולד אצל ר' יעקב הכהן פריעדמאן הי"ו, ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.
- לבן הנולד אצל ר' עמרם יואל שאלאמאן הי"ו (ב"פ), ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.


דער רבי האט געדאווענט שחרית בהיכל המתיבתא סניף דברי יואל. פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים.
- ב"ר יואל ברמ"י קאהן הי"ו.
- ב"ר יוסף מרדכי פילאפף הי"ו.
- ב"ר יואל ברש"וו שאהנפעלד הי"ו.
- ב"ר יואל בר"ש פריעדמאן הי"ו.

ביים ליינען איז דער רבי געגאנגען הגבה, און נאכן דאווענען פארגעלערנט א סוגיא שיעור בשיעורי הישיבה מסכת שבת דף ד. בסוגית 'וכי אומרים לו לאדם חטא כדי שיזכה חבירך', און דערביי איבערגעלאזט א קשיא פאר די בחורים איידערן אפרייזן למנוחת הנפש אין פאלם ספרינגס קאלעפארניע. דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בחדרו הפרטי. און מען האט ארויסבאגלייט רבינו שליט"א מיט כי מלאכיו.

בביתו נאוה קודש איז געווען אויף א באזוך בקו''פ האדמו"ר הגה"צ רבי רפאל אבוחצירא שליט"א נשיא מוסדות מאיר וישראל בארה"ק, אויך איז אנוועזנד געווען הגה"צ אבד''ק ראשית חכמה מאנטרעאל שליט''א, עס האט זיך פארצויגן א לענגערע שמועס בדברי תורה וחסידות און איבער די מצב אין ארה''ק, זכרונות פון די באזוכן פון רבינו שליט"א אין אתרא קדישא מירון ווי דער רב וואוינט און ער האט געלאדענט רבינו שליט''א צו קומען אין מירון, דער רבי האט אים מכבד געווען מיט לחיים און געגעבן א מתנה ספרו לב אהרן און מאציל געווען מברכת קדשו.

ארום 1:15 האט דער רבי פארלאזט ביתו נאוה קודש אינאיינעם מיטן לאנגיעריגע חברותא הגה"צ אבד''ק ראשית חכמה שליט"א אויפן וועג צום סטוארט עירפארט, ארום 2:30 האט זיך געהויבן די פריוואטע פליגער אויפן וועג קיין פאלם ספרינגס קאלעפארניע ווי דער רבי וועט וויילן למנוחת הנפש ביז קומענדיגן מאנטאג יתרו הבעל"ט.

די פליגער האט געלאנדעט אינעם פאלם ספרינגס אינטערנעשענעל לופטפעלד ארום 4:45 -ארטיגע זייגער (7:45 ניו יארק'ע זייגער).
דער רבי איז אפגעווארט געווארן דורך אנ''ש וועלכע וויילן דארט אויף אפרוה און דער רבי איז צוגעפארן לביתו נאוה קודש.

ארום 5:30 איז דער רבי אריינגעקומען אין ביהמ''ד צו מנחה, ביים אנקומען האט שלום גענומען הגה"צ אבד''ק וומסב''ג שליט"א וועלכע האט זיך געפינען דארט אויף אפרוה די לעצטערע וואכן, צווישן מנחה און מעריב האט דער רבי עוסק געווען בלימודו, און ביים זמן ר"ת ארום 6:10 האט מען געדאווענט מעריב. בעל תפילה: הר"ר חיים יעקב הערשקאוויטש שליט"א.
נאך מעריב איז דער אנוועזנדער ציבור אריבער שלום נעמען פון רבינו שליט"א.

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️