בס"ד · Satmara Niyesאידיש
Satmara Niyes Satmara Niyes

The news is written in Yiddish. Translate news to English

Tuesday14 Teves 57851/14/2025

Report
דינסטאג פרשת שמות 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

ארום 8:15 איז רבינו שליט"א אריינגעקומען אין ביהמ''ד צו שחרית. בעל תפילה: הרה"ח ר' משה יוסף פריעדלענדער הי"ו (קר"י).

נאך שחרית האט דער רבי אהיימשפאצירט לביתו נאוה קודש, עס איז פארפירט געווארן א שיינע שמועס איבערן בעל התניא זיע''א און פארשידענע מנהגי חב"ד.

פארנאכטס ארום 5:35 איז רבינו שליט"א אריינגעקומען צו תפילת מנחה, ביים אנקומען האט שלום גענימען הגה"צ אבד"ק היבנוב שליט"א וועלכע איז אנגעקומען אויף מנוחת הנפש. צווישן מנחה און מעריב האט דער רבי עוסק געווען בלימודו, און ביים זמן ר"ת ארום 6:15 האט מען געדאווענט מעריב.

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️