בס"ד - סאטמארע נייעסEnglish
סאטמארע נייעס סאטמארע נייעס

דאנערשטאגכ"ג טבת תשפ"ה1/23/2025

באריכט
דאנערשטאג פרשת וארא 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

ארום 8:15 איז רבינו שליט"א אריינגעקומען צו תפילת שחרית.
- בעל תפילה: הרה"ח ר' שמחה ישראל אפפעל הי"ו (קר"י).
- פתיחה: הרה"ח ר' שלום מנשה אייזענבערגער הי"ו (שיכון סקווירא).
- בעל קורא: הרה"ח ר' דוד עקשטיין הי"ו.
- כהן: הרה"ח ר' אהרן פערל הי"ו (ב"פ).
- לוי: הרה"ח ר' חיים הערש אפפעל הי"ו (קר"י).
- שלישי: רבינו שליט"א.
- הגבה: הגה"צ ר' יוסף ישראל אייזענבערגער שליט"א דומ"ץ שיכון סקווירא.
- גלילה: הרה"ח ר' חיים יחיאל מיכל בריסק הי"ו.

נאך שחרית האט דער רבי אהיימשפאצירט לביתו נאוה קודש, עס איז פארפירט געווארן א שיינע שמועס איבער די הרחבת גבולי הקדושה אין קר"י, און די כח הצדקה וואס רביה"ק בעל דברי יואל זיע''א האט איינגעפלאנצט בקרב תלמידיו וחסידיו.

אין די פארמיטאג שעות האט דער רבי טעלעפאניש מנחם אבל געווען די קינדער פון הגה"צ רבי משה אהרן רייך זצ"ל גאב"ד פשעווארסק וומסב''ג.

פארנאכטס ארום 5:40 איז רבינו שליט"א אריינגעקומען צו תפילת מנחה. ביים אנקומען אין ביהמ"ד האבן שלום גענומען תלמידי ישיבה גדולה שיעור ד' אינאיינעם מיט די ראשי הישיבה הרה"ג ר' ארי' דוב קארנבלי שליט"א און הרה"ג ר' יצחק יעקב ראזענפעלד שליט"א וועלכע זענען געקומען וויילן אויף שבת בצל הקודש. צווישן מנחה און מעריב האט דער רבי עוסק געווען בלימודו, און ביים זמן ר"ת ארום 6:20 האט מען געדאווענט מעריב.

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️