בס"ד - סאטמארע נייעסEnglish
סאטמארע נייעס סאטמארע נייעס

דאנערשטאגח' שבט תשפ"ה2/6/2025

באריכט
דאנערשטאג פרשת בשלח 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

ארום 8:15 איז רבינו שליט"א אריינגעקומען צו תפילת שחרית.
- בעל תפילה: הרה"ח ר' חיים בעריש שפילמאן הי"ו (קר"י).
- פתיחה: הרה"ח ר' אהרן דוב הלוי געטטער הי"ו (ב"פ).
- בעל קורא: הגה"צ ר' שלום ראטה שליט"א אב"ד אויסטריק.
- כהן: הרה"ח ר' מאיר מענדל ווייס הי"ו (קר"י).
- לוי: הרה"ח ר' משה אלי' ווערצבערגער הי"ו (קר"י).
- שלישי: רבינו שליט"א.
- הגבה: חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד אהל פיגא שליט"א.
- גלילה: הרה"ח ר' יואל ברצ"א עקשטיין הי"ו (קר"י).

נאך שחרית האט דער רבי אהיימשפאצירט לביתו נאוה קודש, עס איז פארפירט געווארן א שיינע שמועס איבער פארשידענע געגענטער אין ניו יארק און לענדער אין אייראפע ווי אידן האבן זיך באזעצט נאך די צווייטע וועלט מלחמה.

פארנאכטס ארום 5:55 איז רבינו שליט"א אריינגעקומען צו תפילת מנחה. בעל תפילה: ר' שלמה מנשה ב"ר יואל פאלקאוויטש הי"ו (קר"י). צווישן מנחה און מעריב האט דער רבי עוסק געווען בלימודו, און ביים זמן ר"ת ארום 6:35 האט מען געדאווענט מעריב.

נאך תפילת מעריב איז פארגעקומען א מסיבת לחיים בהיכל הביהמ"ד לרגל שמחת קישור החיתון פונעם עלטסטן אור אייניקל פון רבינו שליט''א הכלה בת הרה"ג ר' יואל גלאנץ שליט"א חתן הגה"צ אבד''ק וומסב''ג שליט"א, דער רבי איז ארויס אין א פייערליכן ריקוד אויפן פלאץ פאר עטליכע מינוט, און מען האט געזינגען ניגוני הודאה מיט גרויס התרגשות.

רבינו שליט''א האט געטרינקן לחיים און אנגעוואונטשן פאר די אנוועזנדע רבנים שליט"א און פארן גאנצן ציבור, און דערנאך משמיע געווען דב"ק אויפן פסוק 'עזי וזמרת קה ויהי לי לישועה' און געטייטשט אז דורכ'ן בויען א אידישע שטוב איז מען ממשיך די שכינה הק' און עס ווערט אלקי אבי 'וארוממנהו', און ממשיך געווען בקול חונק דמעות מיט התרגשות של שמחה שהחיינו וקימנו והגיענו לזמן הזה יעצט ווען מען טוט א שידוך מיט די ערשטע אור אייניקל און די שבח והודיה וואס מען דארף געבן פאר הקב"ה אז מען דערלעבט אזא חשוב'ע שידוך מיט א חתן א תלמוד חכם א בר אוריין און א בר אבהין, אן אייניקל פון צדיקים וקדושים, נאנטע משפחה אן אייניקל פון זיידן הרה"ק רבי שלום אליעזר מראצפערט זיע''א ולמעלה בקודש, דער רבי האט דערמאנט אז די כלה איז געבוירן די טאג פון די הסתלקות פון מר אביו רביה"ק בעל ברך משה זיע''א וואס האט נאך דערלעבט א דור חמישי און עס איז זיכער אז ער וואלט געהאט א שטארקע שמחה מיטן יעצטיגן שידוך, און מסיים געווען מיט ברכות לרוב מריחוק מקום פארן חתן, מחותנים, און די חשובע זיידעס רבנים שליט"א און פארן גאנצן ציבור.
מען האט ממשיך געווען מיט ניגוני שמחה א לענגערע צייט. מען האט געענדיגט ארום 7:15, און דער גאנצער ציבור איז אריבער וואונטשן מזל טוב פאר רבינו שליט"א.

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️